בית פורומים כל העולם כולו

אויפדעקונגען איבער די סילופים וועגן די אריזאנע ווייץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2011 18:41 לינק ישיר 
אויפדעקונגען איבער די סילופים וועגן די אריזאנע ווייץ

בס''ד

הגם שאין קץ לדברי רוח, אבל למי שרוצה לידע לידיעה בעלמא

נפרש בקצרה ממש תמצית המציאות

אין די לעצטע וואכן זענען די מסלפים פארנומען מטשטש צו זיין מוחות מיט איבערקייען אלטע שקרים מיט נייע

פאפירן און נייע קנייטשן

בתמצית הדברים האבן זיי פארשפרייט ווי פאלגענד:

1) א רעזאלטאט פון א לאבעטארי וואס זאל כלומרשט זאגן אז אין אריזאנא איז דאס וואסער/ווייץ מער

געזאלצען וואו לאנג איילענד

2) א שמועס פונעם אגריקאלטשער אין אריזאנא וואס איז מודה אז אין אריזאנא איז דא מקומות וואו עס

זאלציג די ערד, (און אויף דעם איז געבויט געוויסע פסקים אז "אויב" איז געזאלצען איז א פראבלעם

זעהט שפעטער אויך די סילופים פון זי פסקים)

3) א בריוו פון מרן ראב"ד ירושלים וואס ברענגט אראפ די ווערטער פונעם "שואל" אז "אויב" איז עס

גאזאלצען איז א פראבלעם

4) א שמועס מיט הגאון הישיש ר' פישל הערשקאוויטש אב"ד האליין אז "אויב" איז געזאלצען איז א

פראבלעם

5) וואו אויך האבן זיי פרובירט אפצוענטפערן איבער דעם וואס רבינו הקדוש בעל דבר"י זי"ע האט געהייסן

נעמען 3 יאר פון אריזאנא (צוליב די חמציגע ווייצלעך וואס ווערט אריינגעמישט אין די ווייץ פון דאהי

צוליב די רעגנס), זאגענדיג אז רביה"ק האט גענוצט דייקא פון "טוסאן" אריזאנא וואו עס רעגנט ווינטער

און וואקסט יא פון רעגן, אויך טענה'ן זיי אז נאר תשכ"ה און תשכ"ו האט רבינו הק' גענומען און תשכ"ז

האט שוין דער רבי געהייסן מזאל אויפהערן (תשכ"ז איז געווען די לעצטע יאר פון די געזינטע יארן)

לאמיר גיין אין קורצן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון לויט די 5 נומערן"

1) אן אריינגיין אין די קראנטקייט צו זיי האבן טאקע אריינגעשיקט די אמתע נעמען צו יעדע ווייץ און אן אריינגיין צו

אזא נישטיגע נומער איז אפי' נרגש, איז אבער פארט ארויסגעווישט געווארן א רעזאלטאט וואס די לעב האט זיי

געשיקט אויף זאלץ וואו אין אריזאנא איז דא ווייניגער זאלץ וואו אין לאנג איילענד (דאס איז די זעלבע ראביי

ברעכער מיטן זעלבן דאטום וואו די רעזאלטאטן וואס זיי האבן פארשפרייט אויף סאדיום וואו אריזאנא איז געווען

, מער) זעה דאקומענט 1

און צו דעם איז דא א רעקארדירטע טעלעפאן שמועס מיט קלארע ווערטער וואו מפרעגט דעם לאבעטארי איבער

די זאלץ רעזאלטאטן וואו ער זאגט קלאר אויף די צווייטע רעזאלטאטן וואס איז געשיקט צו ראביי ברעכער וואו

מזעהט אז אין אריזאנע איז דא בלויז 0.16 זאלץ און ביי לאנג איילענד איז דא אזויפיל וואו זאלץ 0.20 ,איז ריכטיגע

, רעזאלטאטן, הערט עס ביים צוייטן שמועס אויף 206-666-1999

אויך הערט דעם ערשטן שמועס אויף 206-666-1999 וואו דער פראפעסער מאטי מיטשל וואס האט געחתמט אויף די

רעזאלטאטן זאגט קלאר אז עס האט נישט קיין זאלץ און מקריגט זיך איבער שטותים והבלים און ס'איז סתם

שלעכטיגקייט פון די מסלפים, זעה אפגעשריבן דעם שמועס אויף דאקומענט 2

2) נאך אן אנפראגע האט דער אגריקאלטשער געשיקט פארן רב דקהל שערי אורה שליטא פון ב"פ פרגאגענעם

דארנעשטאג א קלארע בריוו מיט זיין חתימה וואו ער ווייזט אויף די פאלשקייט פון די מסלפים, און זאגט קלאר אז

ער האט באקומען פון בראדוועי מצות און געזען אז עס האט דריי מאל אזויפיל זאלץ, און ער ברענגט ארויס די

נישטיגקייט פון אזאנע קליינע פארצענטן וואו חלקים פון מיליאן, וואו אויך טענה'ט ער אז די פעלדער פון וועלכע

ער האט געשריבן פאר די מסלפים איז בכלל נישט פון "יומא" אריזאנא, באטאנענדיג אז אויב איז זאלציג קען

ניטאמאל וואקסן, זעה דעם בריוו אויף דאקומענט 3

3) זעהט די הכחשה פונעם ראב"ד ירושלים שליט"א וואו ער איז נזדעזע פונעם סילוף טראץ זיינע קלארע ווערטער

אין זיין בריוו אויפן תשובה צום שואל אז "מעולם לא שמענו מדקדקין על מדת המליחות", און אויך איז ער מוסיף

אז " שלדעתי הממשלה באמעריקא לא היו מתירין (אויב עס וואלט געהאט זאלץ)" , זעהט אויף דאקומענט 4

4) זעהט די הכחשה פון הגאון הישיש ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א אב"ד האליין אז ער איז נישט בקי אין ווייץ

און אלע שמעות זענען שקר, זעהט אויף דאקומענט 5

5) אין קהל'ס מודעה אין המאור און אין דער איד שנת תשכ"ז שטייט קלאר "שאין שם גשם כל זמן גידול החיטים"

און אויך אין אידיש שטייט דארט "עס רעגנט נישט דער גאנצער צייט ואס דער וויץ וואקסט", אויך זעהט מען

קלאר אויפן דאטום ווען מהאט אדווערטייזט דעם געוואלדיגן הידור פון חיטי אריזאנא איז דער מודעה פון תשכ"ז

ולמספרם 1968 , זעה דאקומענט 6




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2011 19:32 לינק ישיר 

וואס גיסטו א לינק צו דיין אימעיל?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2011 18:50 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי נארפאקטן ב- 05/04/2011 19:34:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2011 18:43 לינק ישיר 

( דאקומענט 2

בסד

טעקסט פונעם שמועס מיט מאטי מיטשל דער וואס האט געחתמ'ט אויף אלע לאבעטארי רעזאלטאטן פון די סערטיפייד לאבעטארי

דער שמעוס קענט איר הערן רעקאדירט אויף

206-666-1999

אינגערמאן: האלא

סעקעראטערי: היי לעט מי גיב יאָ טאָ מאַטי מיטשל, הִי איז גען עה העלפ יאָ א לאַט האלד דאון וואן מאמענט

אין אידיש: א גוטן לאמיר דיר געבן פאר מאַטי מיטשל, ער וועט דיר העלפן א סאך, האלט א מינוט

מאַטי מיטשל: מאַטי מיטשל?

אינגערמאן: יעס מיי נעים איז .. איי ספאוק טאָ יאָ לעסט טיים?

(דאס איז שוין די צווייטע שמועס, די ערשטע איז דא אויפן ליין נאכן יעצטיגן שמועס איבער די קלארקייט פונעם רעזאלט אז אין אריזאנע איז די זאלץ ווייניגער)

מאַטי מיטשל: איי ספאוק טא סאו מעני פיפל אבאוט די סאלט ענד סאדיום ענד פלארייד אין וויט, איי קען טראו אפ פראם איט

אין אידיש: איך האב שוין גערעט צו אסאך מענטשן וועגן די זאלץ און סאודיום און פלאריידס אין ווייץ, איך ברעך שוין דערפון

אינגערמאן: איי וואנט טא שאוי אפ פיפל וויטש איז בעטער פאר די מצות, יא נאו אבאוט די מצות אוו דזשאיש פיפל?, לעט מי טעל יא וואטס גאינג אן היר.

אין אידיש: איך וויל אויפווייזן מענטשן וועלכע ווייץ איז בעסער פאר די מצות, דו ווייסט וועגן די מצות פון אידן?, לאמיר דיר זאגן וואס דא גייט פאר,

מאַטי מיטשל: וואַ טס גאינג אן איז, איי גען ע טעל יא סאמטינג, איי עם א ישיבה בחור, ... גאו געט א דשאב, יא מעקינג מאר עד ע דיס סאלט אין מצה ענד אין וויט דען איי נעווער סין, יא אר

אגיאינג אבוט האו מעני ענדשעלס אן די העד אוו א פין, דיס איז נאט אבאוט רילידשען נאט אבאוט גייד דיס איז נאן סענז!!! נאן סענז!!!

אין אידיש: וואס סגייט פאר איז, לאמיר דיר זאגן עפעס, איך בין א ישיבה בחור.. גיי שאף דיר א דשאב (דער פראפעסער האט פארשטאנען אז ער רעד מיט א לויפער אנהענגער)

עטס מאכטס מער אן עסק פון זאלץ ווי איך האב קיינמאל נישט געזעהן, איר האט א קריגעריי (אגיאינג) איבער וויפיל רוחות עס טאנצען אויף די שפיץ פין א נאדעל (א אויסדריק אנצוצייגן אז מאיז ביזי

מיט שטותים וואס עקזעסטירן ניטאמאל)

דאס איז נישט קיין אידישקייט הלכה און נישט קיין מנהג, ס'איז א משוגעת וואס מאכט נישט קיין סענז (שטימט נישט מיטן מציאות)

אינגערמאן: ס'איז נאן סענז, הא?

אין אידיש: ס'איז אמשוגעת וואס מאכט נישט קיין סענז, הא?

מאַטי מיטשל: אקעי דיס איז מיי אפיניען נאן סענז!!! נאן סענז!!!

אין אידיש: אקעי דאס איז מיין בליק ס'איז אמשוגעת וואס מאכט נישט קיין סענז, ס'איז אמשוגעת וואס מאכט נישט קיין סענז!!!

אינגערמאן: פאר רעביי ברעכער ענד לאויפער יא סענד ריזאלטס אבאוט סאדיום ענד סאלט, יעס?

אין אידיש: פאר ברעכער און לויפער האט איר געשיקט רעזולטאטן פון סאדיום און זאלץ, יא?

מאַטי מיטשל: יעס

אין אידיש: יא

אינגערמאן: פאר רעביי ברעכער יא סענד זעט סאדיום יאס אריזאנע מאר ענד די זוזאלטס ביי רעביי ברעכער יאס אין אריזאנע לעסער סאלט זען די לאנג איילענד

אין אידיש: פאר ברעכער האסטו געשיקט אז סאדיום איז מער אין אריזאנע און די זעזאלטאטן ביי ראביי ברעכער איז אז אין אריזאנע איז דא ווייניגער זאלץ ווי לאנג איילענד

מאַטי מיטשל: נאן אף איט העס סאלט!!!

אין אידיש: קיין איינס דערפון האט נישט קיין זאלץ

אינגערמאן: וואט?

אין אידיש: וואס? (דער אינגערמאן איז אינגאנצען פארוואונדערט אז דאס איז נאך דעם אריטיקל פון דעם לויפער אז די לעב איז אויסער זיך וויפיל זאלץ אריזאנא האט...)

מאַטי מיטשל: נאן אף איט העס סאלט!!!

ליסען טא מי איי עם עפענדיט ביי יאר איגנארינס

איי עם עפענדיט ביי איט

ביי יאר איגנארינס ענד ביי די איגנארינס אוו די טא ראבייס (די צוויי ראביי ברעכער און ראביי לאופער וואס דרייען א קאפ יעדן טאג מיט עפעס אנדערש צו קענען עפעס טרעפן שלעכט)

אין אידיש: קיין איינס דערפון האט נישט קיין זאלץ,

הער מיך אויס, איך בין אטאקירט און איבעראשט פון אייער שלעכטיגקייט (ראביי ברעכער און ראביי לאופער וואס דרייען א קאפ יעדן טאג מיט עפעס אנדערש צו קענען עפעס טרעפן שלעכט) איך בין

אטאקירט און איבעראשט דערפון, פון די שלעכטיגקייט פון די צוויי ראבייס (לויפער און ברעכער)

אינגערמאן: לעט מי עסק אנלי וואן קוועסשאן דען איי וויל גאו העד

דשאסז טעל מי, זיס נומבערס זעט קעים אואט, איז זיס סאטש א דיפרענט טאָ קען פיל ענד העוו א פראבלעם וויט איט?

אין אידיש: לאמיר נאר פערגן איין שאלה דערנאך וועל איך גיין ווייטער, זאג מיר נאר קלאר די נומערן וואס זענען ארויסגעקומען איז א נפקא מינה אויף למעשה מקען עס שפירן (די זאלץ אדער סאדיום) צו האבן א

פראבלעם דערמיט?

מאַטי מיטשל: דער איז נאו פראבלעם עט אלל, קאט די וויט מעיק די מצה ענד גיי געזונטערהייט!!!

אין אידיש: דאס איז נישט קיין שום פראבלעם שנייד די ווייץ און באק די מצות און גיי געזונטערהייט!!!

אינגערמאן: אקעי טענק יא העוו א כשרן פסח

מאַטי מיטשל: ביי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפדעקונגען איבער די סילופים וועגן די אריזאנע ווייץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext