בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליך! אייניגע סקונדן פאר די ברית איז דער אראבישער טאטע אנטלאפן מיט דאס קינד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2011 18:44 לינק ישיר 
שרעקליך! אייניגע סקונדן פאר די ברית איז דער אראבישער טאטע אנטלאפן מיט דאס קינד

א פלוצלונגדיגע טלפון קאל אין די אופיסעס פון די באוואוסטע "יד לאחים" ארגאניזיישען די לעצטע טעג, האט געמאכט אופשפרינגען אלעמען אין די אופיס.
די קאל איז געווען געשפאנט און אויסערגעוונטליך. אויף די ליין האט זיך געהערט די קול פון א יינגע אידישע פרוי און אן קיין הקדמות האט זי צוגעטרעטן צום פוינט. זי האט חתונה געהאט מיט אן אראבער אין ארץ ישראל און זי וואוינט און איינע פון די אראבישע דערפער פארוקט אין די דרום חלק פון ארץ ישראל לעבן באר שבע. זי דערציילט ווייטער: מיט א 7 טעג צוריק איז איר געבוירן געווארן א יינגעלע, און זי וויל מאכן א יידישע ברית, זי האט מצליח געווען צו משכנע זיין איר מאן צו מאכן די ברית, אבער ער איז מסכים נאר אויב א דאקטער וועט דאס מאכן, און נישט א רב.
זי איז ממשיך: אזוי ווי איך האב אסאך געהערט פון אייך, האב איך אייך געוואלט פרעגן אויב ס'איז מעגליך אז איז זאלט מאכן מארגן די ברית.
פארשטייט זיך אז די מסירות'נפשדיגע וואלונטירן פון יד לאחים האבן גלייך מסכים געווען.
נאך א'רונדע פון טלפון קאל'ס צו מברר זיין און קלארשטעלן זי זאך, איז מיט דעם יושב ראש פון יד לאחים הרה"ח ר' שלום דוב ליפשיץ שליט"א, האט מען מחליט געווען צו מאכן די ברית אויף א קליינעם פארנעם אין א קליינעם זאל אין באר שבע.
צו די באשטימטע צייט זענען זיך צוזאמען געקומען די מענטשן, דער באוואוסטע מוהל הרב אליהו ביטון וואס האט זיך אנגעטהון קליידער אזוי ווי א דאקטער. צווישן די פעילים פון יד לאחים איז אויך געווען א פרוי וואס זי איז באוואוסט מיט'ן נאמען "די מאמע פון יד לאחים", איר תפקיד איז צו געבן נפשות'דיגע הילף פאר די פרויען וואס לעבן מיט אראבער און מ'ראטעוועט זיי ארויס פון די אראבישע דערפער.
פלוצלינג אייניגע מינוטן פאר דעם מעמד, האט זיך דער אראבישער טאטע וואס ביז אצינד האט ער אויס געזעהן צו זיין צו גאנץ איידל און רוהיג זיך צושפילט, און ער האט גענומען שרייען און געוואלדעווען געכאפט דאס קינד און ארויס געלאפן אין גאס אפגעשטעלט א טעקסי צו אנטלויפן.
ס'איז גלייך געווארן א טומל, די דערשראקענע מאמע האט אנגעהויבן שרייען קולי קולות, זי איז געלאפן מיט אלע כוחות און געשריגן און זיך געבעטן פאר איר מאן זאל איר ווארטן, זי האט זיך געבעטן פאר די מענטשן פון יד לאחים זאלן שנעל אוועק גיין ווייל אויב נישט וועט איר מאן אוועק כאפן דאס קינד און אנטלויפן פון איר און זי וועט מער נישט זעהן דאס קינד. און אזוי זענען אלע דריי דער טאטע, די מאמע, און דאס קינד אוועק געפארן צוריק און די אראבישע דארף.
די פעילים פון יד לאחים האבן זיך פארבינדן מיט די פרוי, און האבן פראבירט איינרעדן דעם טאטן צו מאכן די ברית, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון, און ער האט זיי געסטראשעט זיי זאלן נישט וואגן נאכאמאל צו קאלן נישט אים און נישט זיין ווייב.
(אין דעם זעלבן טאג וואס ס'איז זיך פארלאפן די אויבנדערמאנטע דערציילונג, האט זיך דורעך דעם אפגעשפילט א אנדער וואונדערליכע רעטע אקציע פון א מאמע וואס איז אויך פארוואגלט געווארן צווישן די אראבער, איר קענט דאס ליינען http://www.kikarhashabat.co.il/דרמה-בברית.html )
פון יד לאחים גיט מען איבער: וואס ס'איז געווארן מיט די מאמע און מיט דאס קינד, קען מען דערווייל נישט דערציילן, אין די קומענדיגע טעק אי"ה וועט מען קענען דערציילן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליך! אייניגע סקונדן פאר די ברית איז דער אראבישער טאטע אנטלאפן מיט דאס קינד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext