הרה"ג אב"ד דאראג שליט"א פירט אן די לעצטע פאר יאר א מעכטיגע פסח חלוקה ווי ער טיילט אויס עסן אין ווערט פון שווערע טויזענטער דאללארן פאר אידן בדרך כבוד, וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן דער איש החסד ר' שלום לויפער ז"ל
א ארוני האט געכאפט אן אטאקע היינט צופרי ווען הרה"ג אב"ד דאראג שליט"א איז ארומגעגאנגען אין קראלי ביהמ"ד נאך געלט פאר די פסח חלוקה און זיך גענומען שרייען אויף דאראגער רב, פארשטייט זיך אז דאראגער רב האט זיך נישט צוטון געמאכט פון דעם קראנקן און ווייטער געגאנגען נאך געלט,
כ"ק אדמור מ'קראלי שליט"א וועלכער האט צוגעזען די גאנצע מעשה איז צוגעגאנגעו צו דאראגער רב שליט"א און געגעבן 200 דאללער פאר קמחה דפסחא און געזאגט פאר דאראגער רב אז זיי ליידן זיך שוין צאם פון דעם אינגערמאן א פאר יאר און ער דארף נעבעך א רפואה, דאראגער רב האט אנגעוואונטשן אז ער זאל האבן א גאנצע רפואה בקרוב.