בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: הרב שמידל שרייט אסור, בי"ד פסק'נט: מותר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/4/2011 19:51 לינק ישיר 
ברעקינג: הרב שמידל שרייט אסור, בי"ד פסק'נט: מותר!

נעכטן איז פארגעקומען א שטורעמישע זיצונג אין בי"ד העדה החרדית, מיט די באטייליגונג פון אלע חברי הבי"ד און פילע דיינעם און מוצי"ם פון די עדה, וואו מען האט דן געווען איבער כהנים אין מירון.

הרב שמידל פון אתרא קדישא איז דארט געווען, און ער האט געקלאפן אויפן טיש אז אלע וועגן זענען מלא מערות און קברים, און מקען בשו"א נישט מתיר זיין קיין שום וועג.

אגב, די וועגן וועלכע זענען טאקע פראבלאמאטיש האט מען במשך'ן יאר געוואלט מתקן זיין (מיט כיפים) מזאל קענען גיין פון אלע וועגן, אבער אתרא קדישא האט לוחם געווען דעקרקעגן מיט א גרויסן טעראר-מאכט, און נישט געלאזט טוהן גארנישט, צוליב זייער נגיעה אז עס זאל בלייבן א איסור פאר כהנים ארויפצוגיין.

למעשה ביים ישיבת בי"ד האט בי"ד געהערט אלע צדדים, און ווי פארוואונדערט איז הרב שמידל געווארן, ווען צום ערשטן מאל האבן די רבנים זיך "געוואגט" צו האבן א אייגענע מיינונג אין קברים, א זאך וואס גיהערט אויסשליסליך צו אים, און אויף יעדע פאקט וואס ער האט אראפגעלייגט, האבן די רבנים גענומען די "חוצפה" און געפרעגט: "פון וואו ווייסט איר דאס אזוי זיכער"?

נאכן איבערגיין אלע טרוקענע פאקטן, אויסשליסנדיג אלע דמיונות און אלע טעראר מעסעדשעס, האט דער בי"ד היינט ארויסגעגעבן א פסק, אז דרך בורמא איז מותר!

(דער גאב"ד וואס איז זייער נאנט מיט הרב שמידל, האט נישט געקענט טשעפענען מיט אים אזוי פערזענליך, דעריבער האט ער צוגעשריבן אז ער איז נישט בקי וגו', אבער ער זאגט אויך אז כהנים זאלן ארויפגיין פון דארט)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2011 19:54 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2011 20:03 לינק ישיר 

למעשה שרייבט נישט בי"ד אז מ'קען נאר ארויף גיין פון דרך בורמה, בי"ד שרייבט אז די אנדערער וועגן האבן זיי נישט גענוג מברר געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2011 20:09 לינק ישיר 

איך האלט אז מ'דארף שוין מאכן א הפגנה קעגן ביד"צ.

די באס פארט פון לי העכער די היי-וועי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2011 20:11 לינק ישיר 

איך האב נישט געשריבן אז זיי האבן גע'אסר'ט די אנדערע, אוודאי נישט.

לכאורה גייט נאך זיין דיונים איבער די אנדערע וועגן, אבער דאס וועט שוין קיינער נישט טרייבן, וויבאלד בורמא איז זיכער מותר, און די כהנים וועלן גיין פון דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2011 20:33 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט די גאנצע טראראם!

דער גרויסער ענדע צדיק ר' דוד קאהן האט פאריאר זיך אריין געלייגט און א קאסטען, און אזוי איז ער ארויף געפארן אויפן בארג, און שלום על ישראל,
פארוואס זאל מען נישט צו שטעלן ארונות פאר די כוהנים? און פטור אן עסק? שמידל מיט די עידה וועלן ווייטער לעבן בשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2011 20:36 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז פאר בי"ד איז נישט איינגעפאלן דיין געדאנק...

אבער ביטע, די ענדע צדיק אישו לאז יעצט איבער.

---------

אזויפיל יא, יזכר לשבח כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער האט זיך נישט גע'פסק'נט אליינס ביז היינט אויף אזא האקעלע נושא, נאר אויסגעווארט אויפן פסק דין, וועלכע איז שוין ב"ה אצינד ערשינען, און אצינד היי יאר וועלן זיי קענען מיט א רואיגן געמיט פראווען א פייערליכער מעמד הדלקה.

אין די זעלבע צייט איז ערווארטעט א האגל פון פאשקעווילן מארגן אין ירושלים קעגן די חברי הבי"ד וועלכע האבן זיך געוואגט מתיר צו זיין א וועג וואס דער אויסשליסליכער קברים מבין הרב שמידל האט קלאר מעיד געווען בפה מלא אז דער וועג איז פול מיט מערות קבורה און ס'איז אסור פאר כהנים, און זיי האבן זיך געוואגט דאס אנצונעמען ווי א פאלנער חלום (נאכן אליינס אראפגיין באקוקן דאס פלאץ), א זאך וואס האט שוין יארן נישט פאסירט, און ווי עס שיינט ארבעט יעצט יצחק ווייס זייער שווער אויף די נוסחאות, ווייל ביזדערווייל איז ער נישט צום געפינען...


תוקן על ידי FiveBoro ב- 06/04/2011 21:05:33




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2011 21:30 לינק ישיר 

יענקי, ס'קוקט אויס ווי קענסט נישט ליינען בי"ד שרייבט קלאר אז "נאר" אויף דעם וועג מעגן כהנים ארויף גיין

"ולא הותר להם רק בדרך המותרת בלי חשש"

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 01:15 לינק ישיר 

ר' דוד שמידל האט דא נישט פארלוירען...............

ר' דוד קאהן האט דא אויסגעפירט.


פאפענהיים זיצט היינט ביי אלע דיונים פון די דיינים און ער פירט די מו"מ ע"ד ישרא' סבא הסלולה לנו מאיצו גליק!

פאפענהיים איז ר' דוד קאהן'ס פארטרעטער און איז בעה"ב היינט ביי די עדה, און אלע חלקים. יעקב ראט איז משנהו לו און איז דער צווילינג ברודער פון ר' דוד קאהן.

אך און וויי די דיינים וועלכע זיינען בוגד אין די צוויי ומעשה הרב שווימער יוכיח!


תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 07/04/2011 01:16:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 01:21 לינק ישיר 

איך האלט שמידל זאל נאכאמאל אריין גיין אינעם כנסת המינים אין שרייען געוואלד



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2011 01:29 לינק ישיר 

ר' דוד האט נישט פארלוירן?

ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס דער ביד"ץ האט אליינס באשלאסן עפעס אין עניני קברים, און געלאזט גריסן דעם יחיד ומיוחד הרב שמידל, וועלכער האט געהאקט אויפן טיש?

(ועוד, וואס האט דער גאב"ד צוגעשריבן?.. וד"ב).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2011 00:26 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2011 12:20 לינק ישיר 
פאשקעוויל נומבער 1 - קעגן פסק פונעם בית דין הגדול שבירושלים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: הרב שמידל שרייט אסור, בי"ד פסק'נט: מותר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext