| נשלח ב-7/4/2011 04:48 |
|
| |
ליובאוויטש זוכט זיך נישט צו אפשאקלען פון ציונות, זיי קענען באשטיין ענדערש מסביר צו זיין, אז דער משיח השקר האט געהאלטן קעגן ציונות פונקט ווי דער הייליגער מהרש"ב זי"ע. אבער דאך האט ער געקעמפט פאר די מדינה, און קעגן צוריקגעבן שטחים וכדומה.
עס איז בכלל נישט ריכטיג צו לייגן "לינקס" צו אזעלכע ארטיקלען וואס זענען פול מיט ציונות און דעות כוזבות, און צו אלע צרות נאך פארשלייערט אין א מאנטל פון מכלומר'שטע אנטי ציונות!
דער גאנצער גייסט פון ליובאוויטש איז איינס מיט ציונות, אלע זייערע ביכער זענען פול דערמיט, דאס איז אויסער די משיח'יסטישקייט. מען דארף אוועקשטיין פון זייערע ארטיקלען, און בית חבד'ס, און אלע זייערע טעטיגקייטן, מען טאר פון זיי נישט נתפעל ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 05:08 |
|
| |
איך וואלט ענדערש געזאגט אז די הויפט נייעס וויאזוי ר' משה גרין קייעט די אריזאנע געזאלצענע ווייצלעך, האט ענדערשט צו טאן מיט שושן פורים שפיל אין ראדני, מיטן אפלאכן פונעם חאבאדצקער... און די ליבאוויטשער הנהלה פון בחדרי חרדים ווילן שטופן דעם אהרונישן וואגן, פון זייער בעסט פרענד רא"ט, וואס איז א מעמבער אין בית חב"ד פאלם ספרינגס.
אויב האט איר באמערקט איז די לעצטע צייט געווארן דער סייט מורא'דיג אהרוניש געשטימט, זיי פירן א קאמף מיט אתרא קדישא, ועוד ועוד. ובכלל גליטשט דער סייט זייער שטארק, אפצולאכן פון ערליכקייט און פרומקייט, וואס אמאל האבן זיי דאס נישט צוגעלאזט, הערשט די וואך האבן זיי געהאט אן ארטיקל מיט גרויליגע ליצנות פון משה רבינו, מיט ליצנות פון כביכול אליין... וואס שיקט אינסטענט מעסעדזש פאר משה רבינו רחמנא ליצלן, אויף פעיסבוק, עס איז א עקל אין גרויל פאר א סייט וואס רופט זיך חרדי'ש אזוינסט צו ברענגען.
ליובאוויטש, זענען ציוניסטן, און משיחיסטן, און פול מיט קרומע דעות והשקפות, מען דארף פון זיי אוועקשטיין, און נישט האבן קיין שייכות.
אפילו רא"ט איז געווארן זייער בעסט פרענד, און זיצט אין זייערע בית חבד'ס, און האט שוין אפילו באקומען סנדקאות פון ליבאוויטשע משיחיסטן, דארפן מיר פון זיי אוועקשטיין.
ליובאוויטש איז זייער א גרויסע און פארשפרייטע חסידות בכמות, און עס קען זיין אז מען קען בענעפיטירן פון זיין גוט מיט זיי, אבער מען דארף געדענקען אז אין די היינטיגע צייטן ווען רוב חסיד'ישע וועלט טאנצט נאך דעם עגל הציוני, און מען ווערט נאכגעשלעפט פון די אלע אוכלי שלחן איזבל, זאל כאטש דאס קליין הייפעלע ערליכע אידן זיך האלטן באיכות דאס ריינסטע וואס ס'איז שייך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 05:26 |
|
| |
ברך משה חסיד! דו שרייבסט ריכטיג און קלאר
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 08:15 |
|
| |
ברך משה חסיד, פיין געזאגט. לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 08:34 |
|
| |
דאס איז א אלטע טעות. ליובאוויטש זענען נישט קיין ציונים. זיי זענען משוגע. און א חלק פון זייערע משוגעת'ן איז קש ותבן. דעטס איט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 17:39 |
|
| |
| אומזיסט כתב: |  | | דאס איז א אלטע טעות. ליובאוויטש זענען נישט קיין ציונים. זיי זענען משוגע. און א חלק פון זייערע משוגעת'ן איז קש ותבן. דעטס איט.
_________________
|
|
שוין. זאל זיין א לימוד זכות אויף די אהרונים און זייער רבי דער דזשיגאן עם הארץ. די אהרונים זענען נישט קיין ציונים אדער וואס אז זיי זענען זיך מתחבר מיט אלע לינקע און אפגעפרעמדעטע. זיי זענען משוגע. און א חלק פון זייערע משוגעת'ן איז קש ותבן, ואריזנא ווייץ ושחיטה מונחת, וטערקישע טלית. דעטס איט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 17:50 |
|
| |
רעיוואד דו האסט א טעות, רא"ט'ס ציהל איז נאר אויסצורייסן די תורה, ער איז שוין גארנישט משוגע, ער איז א שייגאץ
די לימוד זכות קענסטו זאגן אויף זיינע קעלבלעך וואס טאנצן אים נעבעך נאך ווי שאף צו די שחיטה און כאפן נישט וואספארא גענאר ער מאכט מיט זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 18:11 |
|
| |
שוין גארנישט קיין טעות.... דאס איז מ'שטיינס געזאגט פונקט ווי די ליובאוויטשע (און זייערע רעבי) איז א קלענערער שייגאץ
נאר אז "אומזינסט" איז א בלינדער קעלבעל וואס איז פארקויפט פארן דזשיגאן עם הארץ געטשקע, וועט ער זאגן אז ליובאוויטשע זענען קיין ציונים. נאר פשוט משוגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 20:05 |
|
| |
די ליובאוויטשער זעלבסט באטראכטן זיך נישט פאר קיין ציונים, און אין פאקט האט דער רבי זייערער אויך מגלה דעת געווען בעבר אז ער איז נישט קיין ציוני, נאר וואס דען? לא מפיהם אנו חיים, מיר ברויכן נישט זייער מבינות אויף זיך אליין, לויט ווי מען קען זעהן זייערע דיעות און שיטות זענען זיי דייקא יא געשלאגן מיט ציונות, נישט קיין נפק"מ וואס זיי זעלבסט זאגן אויף זיך. מען ברויך נעמען אין באטראכט, אז אין די אלגעמיינע אידישע וועלט איז אנגענומען אז 'ציונות' גייט בענעזאם מיט פריקת עול, און ווער עס איז א פולער שותומ"מ איז אטאמאטיש נישט קיין ציוני, אבער דאס איז קלאר נישט ריכטיג, דער געדאנק פין ציונות איז דאס נעמען דעם גורל אין די אייגענע האנט, און לעזן די 'אידן פראגע' דורך גשמיות'דיגע אופנים. און אין דעם זענען ליידער זייער אסך יודן שותומ"צ געשלאגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 20:19 |
|
| |
סתם דרך אגב, די ליבאוויטשע האלטן אז זיי זענען קעגן ציונות, וועסט קיינמאל נישט זעהן אין א בית חב"ד א איזראעלי פלעג, אפי' ס'איז גאר א מאדערנע חב"ד האוז. ווי אויך האלטן זיי אז זייער לעצטע רבי איז געווען א קנאי, יא! ווי מאדנע ס'הערט זיך, ועל אף, אז ער פלעגט שטענדיג 'גיין' צו די איזראעלי פאליטישאנס ווען זיי זענען דא געווען. (ס'איז ידוע אז איינער פון די גרויסע איזראעלי פאליטישאנס איז אמאל דא געווען, און איז געגאנגען באזוכן ביים רבי'ן זי"ע, ווידעראום דעם ליבאוויטשן איז ער נישט געגאנגען, נאר פארקערט, די ליבאוויטשער האט געדארפט גיין צו אים, זענען זיי געווען געפערליך ברוגז און אים פארגעהאלטן, טייטש היתכן, צום 'שונא' גייסטו און אונז דארפן קומען צו דיר??
האט ער זיי געענטפערט "ביי ענק בין איך דאך א 'שַר' נו אויב אזוי קום גיבט מיר די כבוד..., משא"כ ביי סאטמאר רב בין איך אפגעפרעגט און ער איז א גרויסער מענטש, דארף איך גיין צו אים....
אז איינער ווייסט ווער ס'איז געווען קען עס פאוסטן אדער מיר שיקן אין אישי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 20:21 |
|
| |
מיט איין זאך איז ער קלאר געווען די ערגסטע, און דאס איז מיט צוריקגיבן, (אדער איננעמען נייע) שטחים, און נאך היינט זענען א גרויסע רוב פון די וואס רייצן אויף מיט'ן וואונען מתנחלים, ליבאוויטשע חסידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2011 20:31 |
|
| |
| סטראבערי כתב: |  | סתם דרך אגב,
(ס'איז ידוע אז איינער פון די גרויסע איזראעלי פאליטישאנס איז אמאל דא געווען, און איז געגאנגען באזוכן ביים רבי'ן זי"ע, ווידעראום דעם ליבאוויטשן איז ער נישט געגאנגען, נאר פארקערט, די ליבאוויטשער האט געדארפט גיין צו אים, זענען זיי געווען געפערליך ברוגז און אים פארגעהאלטן, טייטש היתכן, צום 'שונא' גייסטו און אונז דארפן קומען צו דיר??
האט ער זיי געענטפערט "ביי ענק בין איך דאך א 'שַר' נו אויב אזוי קום גיבט מיר די כבוד..., משא"כ ביי סאטמאר רב בין איך אפגעפרעגט און ער איז א גרויסער מענטש, דארף איך גיין צו אים....
אז איינער ווייסט ווער ס'איז געווען קען עס פאוסטן אדער מיר שיקן אין אישי |
|
די מעשה איז לכאורה נישט אמת, דער ליובאוויטשער איז קיינמאל נישט געגאנגען צו קיינעם כידוע, ובפרט ווען ער איז גשוין רויס געווען, ניטאמאל האט ער געלאזט שרייבן אויף זיין בוזעם פריינד שז"ר דער פרעזידענט פין מדינת ישראל, דעם טיטל 'נשיא' פשוט ווייל דער טיטל 'נשיא' באלאנגט פאר'ן רבי'ן...
|
|
|
|
|