בית פורומים אידישע געדאנק

ערשטע יארצייט פון הרא"טס היסטארישע מצה דרשה אין הופער אז סאטמאר עסט חמץ'דיגע מעיל - מצה ר"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/4/2011 05:34 לינק ישיר 
ערשטע יארצייט פון הרא"טס היסטארישע מצה דרשה אין הופער אז סאטמאר עסט חמץ'דיגע מעיל - מצה ר"ל

 
חלק ב'




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/4/2011 04:35 לינק ישיר 

אפשר האט איינער רחמנות אויף די טויזענטער זשעי נעט באנוצער מען זאל עס אויך קענען איבערהערן די פערל רייד, דער רבי האט טאקע געזאגט מען זאל ארויפגיין אויף די כלי אבער ער האט אוודאי געמיינט מיט זשעי נעט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 23:08 לינק ישיר 

איך בין געווען נעכטן אין בעקערי אויף בראדוועי עס איז שוין נישט געווען צובאקומען קיין מצות, מען דארף בעטן דעם דזשיגאן צו האלטן נאך א דרשה היי יאר


תוקן על ידי עםהארץל ב- 11/04/2011 23:08:06





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2011 11:53 לינק ישיר 

עס איז ממש א נחת צו קוקן וואס עס גיט פאר אין די לעצטע פאר וואכן מיט די אהרונים אין שפיץ פון זייער דזשיגאן עם הארץ וואס האט זיי נעבעך שוין ווייטער אריינגעפירט אין א פלאנטער, זיי זענען פארנומען יומם ולילה זיך צו פארענפערן וואספארא ווייצלעך זיי ניצן פאר זייערע מצות, צו זיי זענען יא מכשיל זייער עולם צו נישט, דער רב זאגט יא אזוי און דער רב זאגט נישט אזוי, דער דיין האט יא צוריק געצויגן און דער נישט, דער רב האט עס געקאסט, א צווייטער רב איז פארזענליך אריבער געקומען צום רבין קאסטן ווייץ. בקיצור דער דזשיגאן עם הארץ האט טייער באצאלט פאר זיינע דברי דופי און הוצאת לעז פארגאנגענעם יאר חוה"מ פסח ביי זיין הוצאת לעז דרשה אויף צענדליגער טויזנטער אידן פון פילע שיכטן און קרייזן ובתוכם מרנן ורבנן גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהלות והגאוה"צ שרי התורה דיינים פון איבער ניו יארק וועלעכע זענען שוין מקפיד יארן לאנג צו קויפן מצות אינעם מהודר'דיגסטע מצה בעקעריי דער וועלט באקאנטע "סאטמארע מצה בעקעריי" אשר יסודתו בהררי קודש דורך מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט אליינס אוועקגעשטעלט אלע חומרות והידורים אויפן אויסגעהאלטענסטע פארנעם און עד היום הזה ווערט עס איינגעהאלטן אונטער די שטרענגע השגחה פון די דייני הקהלה ובראשם הראב"ד שליט"א דער שליח הנאמן פון רביה"ק זי"ע אלס דיין הקהלה אין שטאט, דער נידריגער פערשוין דער דזשיגאן עם הארץ באצאלט יעצט א טייערע פרייז פאר זיינע הוצאת לעז און פארן אפלאכען פונעם דרך המסורה וואס זיין הייליגן פעטער מרן רביה"ק זי"ע האט איינגעפירט און האט מדקדק געווען אזוי זיך צו פירן, דער נידריגער פערשוין דער דזשיגאן עם הארץ באצאלט יעצט א טייערע פרייז פאר זיינע הוצאת לעז און פארן אפלאכען פונעם דרך המסורה וואס זיין הייליגן טאטע מרן רבינו הגה"ק זי"ע - א קארגע וואך פארן הילולא קדישא - האט מדקדק געווען אזוי זיך ווייטער צו פירן, אצינד איז די צייט ווען זיינע דברי דופי טראגען א פרייז, און פאר יעדער ווארט הוצאת לעז ודברי דופי און אפלאכן פוונעם דרך המסרה פון רבותינו הק' נבג"מ ווערט ער טייער באצאלט. זאל אים דאס דינען פאר א לעקציע אז עס איז נישט קיין הפקר וועלט וכל מעשיך בספר נכתבים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2011 07:25 לינק ישיר 

סענאטער, די האסט א טעות מען האט צענדליגער יארן נישט געגעסן פון לאנג איילענד, ביז תשנ"ז האט מען געגעסן פון נוא זדערסי, און נ"ז האט מען אנגעהויבן צו נוצן פון לאנג איילענד, נאך דעם וואס ר' אהרן האט דאס פאלאנגט, קומט אויב א איד וואם עסט ווייץ פון לאנג איילענד, איז משנה מדרך אבות וחדש אסור מן התורה לשיטת הג"ר יח"מ פריעמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2011 22:16 לינק ישיר 

לאמיר לערנען א שטיקל לאגיק. ווען אהרן טייטלבוים שטעלט זיך אויף זאגן אויף טויזענטער אידן וואס האבן געגעסן צענדליגער יארן ווייץ פון לאנג איילענד, אז דאס איז חמץ ממש, איז ער פוסטער קל שבקלים. ס'דערמאנט מיך ווען ער האט זיך דעם ווינטער אויפגעריסן מיט זיין דרשה קעגן די בית יוסף שחיטה, און דער קל און עם הארץ האט פארציילט מיט פאטאס אז ער האלט שוין אין בויך א שערוריה זינט חודש אלול, נאר ער האט געווארט צו רעדן דערפון ביז חודש כסליו ווען ער וועט האבן אודיענץ.
 
יעצט דא ביי דעם פאל, ווען ער וויל זיין דער אינציאטאר פון א נייעם בייפאל, שניידן ווייץ אין אריזאנע, באנוצט ער זיך מיט ביליגע השמצות אויף די ווייץ וואס מ'עסט שוין צענדליגער יארן, און מיט דעם פרובירט ער צו פארכאפן די מארקעט, אז נאר זיינע זענען גוט. דאס איז א שטיקל חילוק ווי דאס וואס עס שטייען רבנים וואס שרייען שוין זינט מ'איז געגאנגן אויף אריזאנע אז דאס ווייץ שניידן דארט אין פארוויקעלט און שווערע הלכה פראבלעמען, און מ'זאל נזהר זיין נישט צו עסן דארט.
 
והעיקר, דער דארגער רב קערט שוין איבער א וועלט פאר חדשים אז די אריזאנע מצות איז א פראבלעם. ווען דער רב זאל זיך ווען אויפשטעלן חוה"מ פסח און זאגן אז ס'האט שאלות, קענסטו מיך אפפרעגן מיט לאגיק. אבער ווען ער זאגט שוין חדשים לאנג וואס ער האט צו זאגן, נאך ווען עס איז געווען די מעגליכקייט צו מתקן זיין, האט דאס גארנישט מיט דיין לאגיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2011 18:05 לינק ישיר 

דזשאסט פאר די רעקארד, פאראיארן נאך פסח האבן מיר אלע נישט געקענט פארשטיין דעם אהרן'ען, ווי קען ער זאגן אויף מצה וואס טויזענטער אידן עסן, אז עס איז שוואכער ווי פלעטבוש'ע קאקאו, היי יאר האט מען ווייזט אויס פארגעסן די לאגיק וואס שטעקט אונטער די טענה...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2011 14:57 לינק ישיר 
עס זעט אויס ווי די רבנים קומען אים נאר מנחם אבל זיין, ווייל קיינער גיט נישט ארויס קיין תשובות אפציווענדען הגה"צ מדאראג

וואלןסח כתב:
א חידוש נאר אז דעמאלס האבן זיך די אהרונים בכלל נישט געשפירט געטראפן. ר' זלמן לייב האט נישט מכבד געווען קיין איין רב מיט ווייץ איבערצוצייגן אז ס'נישט חמץ מצומחות. אבער דא ברענען די אהרונים מיט זייער דזשיגאן עם הארץ בראש, יעדער וואס קומט אים באזוכן איז ער מכבד מיט א פעקל ווייץ געפאקט ביי עקיבא וויינשטאק. נישט אומזיסט זאגט די וועלט: אויפן גנב ברענט דאס היטל!
איך מיין דו ווייסט אליין דעם תירוץ אבער דזשאסט פאר די רעקארד

רז"ל קען קיינעם נישט מכבד זיין צו ווייזן אז ס'איז נישט מצומחות, ווייל ס'איז ליידער יא... (ס'ווערט נאר בטל בס')
און רבינו שליט"א האט אין די לעצטע חדשים זינט די שערוריה געהאט א שיינע פאר באזוכן פון רבנים, און האט קיינעם נישט מכבד געווען טועם צו זיין פון די ווייץ, הג"ר משה גרין איז פשוט געקומען פרעגן, ילמדינו רבינו, איך וויל וויסן וואס גייט פאר, האט ער אים מכבד געווען, ווי איינער זאגט, גלייב מיר נישט, צייג דיך אליין איבער
 

עס זעט טאקע אויס ווי די רבנים קומען אים מנחם אבל זיין,
 ווייל קיינער גיט נישט ארויס קיין תשובות אפציווענדען הגה"צ מדאראג
די רבנים האבן שוין רחמניות אויף ר' אהרן,
עס איז אוודאי נאר בזכות אבותיו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2011 15:15 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
א חידוש נאר אז דעמאלס האבן זיך די אהרונים בכלל נישט געשפירט געטראפן. ר' זלמן לייב האט נישט מכבד געווען קיין איין רב מיט ווייץ איבערצוצייגן אז ס'נישט חמץ מצומחות. אבער דא ברענען די אהרונים מיט זייער דזשיגאן עם הארץ בראש, יעדער וואס קומט אים באזוכן איז ער מכבד מיט א פעקל ווייץ געפאקט ביי עקיבא וויינשטאק. נישט אומזיסט זאגט די וועלט: אויפן גנב ברענט דאס היטל!

איך מיין דו ווייסט אליין דעם תירוץ אבער דזשאסט פאר די רעקארד

רז"ל קען קיינעם נישט מכבד זיין צו ווייזן אז ס'איז נישט מצומחות, ווייל ס'איז ליידער יא... (ס'ווערט נאר בטל בס')
און רבינו שליט"א האט אין די לעצטע חדשים זינט די שערוריה געהאט א שיינע פאר באזוכן פון רבנים, און האט קיינעם נישט מכבד געווען טועם צו זיין פון די ווייץ, הג"ר משה גרין איז פשוט געקומען פרעגן, ילמדינו רבינו, איך וויל וויסן וואס גייט פאר, האט ער אים מכבד געווען, ווי איינער זאגט, גלייב מיר נישט, צייג דיך אליין איבער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2011 14:23 לינק ישיר 
באותו מעמד די זיסע קאקא דרשה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2011 08:12 לינק ישיר 

א חידוש נאר אז דעמאלס האבן זיך די אהרונים בכלל נישט געשפירט געטראפן. ר' זלמן לייב האט נישט מכבד געווען קיין איין רב מיט ווייץ איבערצוצייגן אז ס'נישט חמץ מצומחות. אבער דא ברענען די אהרונים מיט זייער דזשיגאן עם הארץ בראש, יעדער וואס קומט אים באזוכן איז ער מכבד מיט א פעקל ווייץ געפאקט ביי עקיבא וויינשטאק. נישט אומזיסט זאגט די וועלט: אויפן גנב ברענט דאס היטל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ערשטע יארצייט פון הרא"טס היסטארישע מצה דרשה אין הופער אז סאטמאר עסט חמץ'דיגע מעיל - מצה ר"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext