בית פורומים כל העולם כולו

שערוריה • לעב: בראדוועי וואסער "מלוחים מאוד"!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/4/2011 08:35 לינק ישיר 
שערוריה • לעב: בראדוועי וואסער "מלוחים מאוד"!





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2011 22:11 לינק ישיר 

איך קען נאר נאכמאל באשטעטיגן אבער מיט מער באקציין אז ניק נוטראלער איז א בלויזער בעקער, דאס אז ער רופט מיט זיין ניק אלס א נוטראלער איז די ערשטע ליגענט, ער שרייבט אפענע ליגענטס וואס יעדער קען נאכקוקען אין זיך איבערצייגן, יעדער פארשטייט אליין פארוואס קיין שום סופערמארקעט אין קרית יואל פארקויפט נישט די לאנג איילענד מצות ווייל די זאלונים האבען נישט קיין סופערמארקעט אין קרית יואל, חוץ די קאנטינס האבען זיי נישט ווי צו פארקויפן זייערע מצות, (זיי האבען אפילו צוגעזאגט ביי איינס פין די מעיאר וואלן צו עפנען א סופערמארקעט אבער דער מעיאר איז שוין ליידער נישט בין החיים) והא ראי' אין וויליאמסבורג איז דא גענוג געשעפטן ווי איר קענט עס קויפן די לאנג איילענס מצות, משה באנדא זאגט מיר אז ער פארקויפט עס אויך שוין לאנגע יארען, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם יעדע מצה בעקעריי קען באשטיין צו שטופן מער סחורה, אין דאס אז בראדעוועי האט פארקויפט מצות פאר 12 דאללער א פונט האבען זיי אלייין ארומגעהאנגען צעטליך אין אלע בתי מדרשים אז די וועסט עס לייקענען וועל איך פראבירן צו ברענגן די דבר יום ביומו פין יענע מודעות
5בארא האט דאס גיט ארויסגעברענגט זיי האבען נאך קיינמאל נישט אזוי גיט זיך אליין מסדר געווען ווי דאס יעצטיגע מאל, כה לחי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 18:29 לינק ישיר 

נוטראלער שרייבט " אויסער די מצות וואס משמחי לב האט באצאלט איז נישט געווען אזא פרייז אויף מצות" 

זאג נאר די ווייסט אפשר וואס "יעזורו" איז, ווי די בראדוועי בעקעריי האט אוועק געגעבן 8000 פונט מצות פאר 12.00 א פונט?

ד״א אויף די יעזורו קארטל איז געשטאנען אז מ׳ מוז ווייזן די קארטל  "פאר" מ׳ נעמט די מצות, פארשׁטייסט פארוואס, צו זיכער מאכן אז מ׳געט אים נאר די אלטע מצות (אפשׁר גאר די פאריעריגע) וואס מ׳ וויל פטור ווערן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 08:43 לינק ישיר 

דייקן, מיר זענען נישט מחולק...

"שונאים" איז ליידער בעוה"ר א באגריף וואס איז אייביג געווען און וועט אייביג זיין. דאהי אויפן עולם השקר וועט אלעמאל בלייבן דער כח פון הסתה אויף ערליכע אידן, ביז משיח צדקינו וועט אונז אויסלייזן און עס וועט זיין א עולם אמת.

אבער, אין די אלגעמיינע גאס, איז נישט אלעמאל אזוי קולט די לשון הרע'ס. אמאל מער און אמאל ווייניגער. ממילא, ווען עס קומט אזא מערכה ווי היי יאר, וואס קיינעם פונדרויסן האט דאס נישט געכאפט, איז נישט בלויז דאס האט זיי נישט געכאפט און זיי שמייכלען זיך אונטער, נאר דאס גיט א קלארער איינדרוק אויפן מהות פון די משקרים און זייערע שקרים, און הונדערטער און אפשר טויזנטער אידן באקענען זיך מיטן מציאות וואס הייסט "מתי שוא", פאלשע רייד מיט לשה"ק'דיגע אותיות, ווען מען ווייסט וואס דער אמת איז, און מען בליקט אריין אין די א"ג תשובות און פסקים פון די תמימות'דיגע אוסרים ומסיתים, און מען זעהט עין בעין וואו טיף דאס ווארט "שקר" באדייט היינט.

א פרעמדע איד וועט זייער שווער כאפן די זאך, אבער איינמאל ער כאפט דאס בלייבט דאס אין געדאנק. און דאס פאסירט יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2011 07:56 לינק ישיר 

פייוו בארא, גאר גוט ארויסגעברענגט,

מיט איין זאך בין איך מיט דיר מחולק, מיט דעם וואס די שרייבסט אז צד מהרי"י זענען פארטיג אויף אייביג.

גענוג מאל האט מען זיך איבערצייגט אין די אפענע לגיונות וואס זענען אפיציעל געזאגט געווארן בפה ובכתב דורך די פירער פון יענעם צד, און די צד איז נאך אלס א פאקט.

איך בין קלאר איבערצייגט אז זיי קענען פון איין טאג אויפן אנדערן אויסדרייען דעם פאקט. אדרבה, זיי וועלן נאך איין טאג שרייען אז די אריזאנא ווייץ איז דאס בעסטע ווייץ וואס איז נאר פארהאן -מעגליך אז די קלוגערע פון יענעם צד וועלן אויפקומען אז די אלטע פראבלעמען זענען שוין מער נישט פארהאן- ס'איז א שאלה פון צייט.

וואס יא, זייער איצטיגע מערכה האט אזויפיל אויפגעטוהן אז נאך עטליכע מנינים אידן האבן זיך איבערצייגט פון וועמען מ'רעדט דא, און צו וואס זייער שנאה המקלקלת את השורה טוט זיי אלס צוברענגען. גארנישט מער. שטארק מעגליך אז מיט די צייט וועלן זיי טוישן זייערע מנהיגים כמנהגם, אבער די צד וועט בלייבן ביז משיח'ס טאג.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 06:29 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
נוטרלער, מיר וועלן זיך יעצט נישט אריינלאזן ווער עס האט דערלייגט 'פינאנציעל' און ווער עס האט פארדינט, ווייל דאס קען יעדער זאגן וויאזוי ער וויל, און יעדער פארשטייט אז דו האסט גארנישט נאכגעקוקט בעפאר דו האסט געשריבן די פאקטן..

אבער פון די אנדערע זייט וואלט איך געוואלט וויסן, צו די זאלונים זענען משיג וואס דער היי יעריגער זאלץ-מערכה האט זיי אפגעקאסט, מיד ולדורות.

עס איז נישטא קיין איין קהילה קדושה בישראל [קיין איינס], אויסער די בג"ץ קהילה, וואס זייערע רבנים, דיינים, אדער מיטגלידער זאלן האלטן אז עס איז פאראן א שמץ אמת אין די מערכה, וואס דאס מיינט אז יעדער וואס טוט אביסל אין די זאך ווערט איבערצייגט וויאזוי אלע "פאקטן" און השמצות פון די זאלונים\שונאים, זה עשרים שנים, האבן פונקט אזא האפט ווי די יעצטיגע ליצנות.

איך גלייב נישט אז זיי באגרייפן וואס זיי האבן דא געטוהן מיט זיך.

ווען א פרעמדער איד הערט פון זיינע רבנים ודיינים אז די זאך איז א שקר, און א טאג דערויף ליינט ער די ביילאגעס אינעם איד, און ער זעהט מיט וואסערע שיינע לשה"ק אותיות עס ווערט אראפגעשטעלט ליגנערישע פאקטן וועלכע זענען נגד המציאות והאמת, און עס ווערט געדרוקט מיטן פולסטן תמימות ווי מען מיינט דא דעם אייבערשטן אליינס, און דערצו קומט נאך צו א צושטימונג פונעם ראדני דיין הרב פריעדמאן שליט"א, זאלן זיי וויסן אז ביי אזא איד [דאס מיינט מען רוב רובם פון יהדות אמעריקא] זענען די זאלונים פארטיג פאר אייביג.

אזא איד ווייסט שוין פון היינט און ווייטער וויאזוי אפצוקויפן יעדע השמצה און יעדע "טרוקענע פאקט" וואס די זאלונים וועלן אים פארקויפן, און זאת ועוד, ער ווערט איבערצייגט אויף למפרע, פון וואס דער הייליגער ברך משה האט זיך אנגעליטן, און פון וועלכע סארט אמתדיגע מענטשן רבינו שליט"א ליידט היינט, והאמץ מארץ מצמיח.

נוטרלער, מיר זענען צופרידן פון ענקער שריט, און מיר דאנקען אייך!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2011 05:20 לינק ישיר 

ויואמ_אמת כתב:
דער ניק נוטראלער האט זייער נעריש אין פאלטש געשריבן, אלע 3 בעקערייען פארקויפן מצות אין געציילטע גראסעריס,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס אלע גראסעריס אין ק"י און אין וויליאמסבורג און בארא פארק הייסן "געציילטע".
די בראדוועי מצות איז נאר דא איין גראסערי וואס פארקויפט דאס, וויינשטאקס גראסערי וואס ער איז דער אפיציעלער פארקויפער פון די מצות אין ק"י, אסאך גראסעריס פארלאנגן דאס יעדע יאר, עס איז אבער נישט דא גענוג זיי צו געבן.


איך וואלט יעדן מציע געווען אריינצורופן די ראטליזש בעקעריי אין פרעגן אויב מ'קען נאך באשטעלן מצות אין אנרופן די בראדווי בעקעריי אין פרעגן די זעלבע.

אדרבה!!! פרוביר דאס, און טעיפ דאס אויך אפ און לאמיר הערן ווער עס האט נאך יא און ווער נישט.


איך ווייס גאר קראנט אז ראטליזש האט היי יאר געבאקען אסאך מער מצות ווי די לעצטע יארען אין האבען שוין געהאט עטליכע וואכען צירוק א מאנגעל

אינטערסאנט!!! מען האט א מאנגל און מען לויפט אדווערטייזן אין די המודיע אז מען מאכט דעליווערי איבערל אין USA.


בראדעווי האט פארקויפט מצות פאר 12 דאללער א פונט א חוץ די מצות פין משמחי לב.

הלוואי!!! אזוי וואלט איך כאטש געקענט האבן מהודר'דיגע מצות פאר ביליגער, דערווייל איז דאס נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, אויסער די מצות וואס משמחי לב האט באצאלט איז נישט געווען אזא פרייז אויף מצות. 


  אדרבה פרעגט אייך אלייןס נאך, כדי צו באשטעטיגן מיינע ווערטער,

דאס בין איך מודה




תוקן על ידי נוטראלער ב- 12/04/2011 05:25:09




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/4/2011 05:09 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
נוטרלער, מיר וועלן זיך יעצט נישט אריינלאזן ווער עס האט דערלייגט 'פינאנציעל' און ווער עס האט פארדינט, ווייל דאס קען יעדער זאגן וויאזוי ער וויל, און יעדער פארשטייט אז דו האסט גארנישט נאכגעקוקט בעפאר דו האסט געשריבן די פאקטן..



אז דו האסט נישט נאכגעקוקט די פאקטן מיינט עס נישט אז איך נישט!!!

דו קענסט זיך דאס נאך "יעצט" אליין איבערצייגן אז היינט א וואך פאר פסח איז נאך דא אין "אלע" גראסעריס אין ק"י און אין וויליאמסבורג אויף די שעלווס פון די ארונישע מצה בעקערייען.

און אין קיין שום גראסערי וועסטו נישט טרעפן קיין בראדוועי מצות.

גיי און איבערצייג דיר דאס אליין!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/4/2011 22:59 לינק ישיר 

דער ניק נוטראלער האט זייער נעריש אין פאלטש געשריבן, אלע 3 בעקערייען פארקויפן מצות אין געציילטע גראסעריס,  אין אלע 3 פראבירן צו הויבן זייער סעילס יערליך, עס איז נישט קיין שום חיסרון אז א בעקעריי פראבירט צו הייבן זייער סעילס נאכדערצו א גענצליך נייע בעקעריי וואס צילט אויך צו האבען פרעמדע קאסטומערס א שטייגער ווי די ראטליזש בעקעריי (זיי האבען גראדע שטארק מצליח געווען אין דעם הינזיכט ספעציעל צילוב די הידור פין אריזאנע), די חיסרון איז ווען א אלטע בעקעריי פארלירט סעילס אין גרויסע ציפערן, איך וואלט יעדן מציע געווען אריינצורופן די ראטליזש בעקעריי אין פרעגן אויב מ'קען נאך באשטעלן מצות אין אנרופן די בראדווי בעקעריי אין פרעגן די זעלבע, איר וועט זיך איבערצייגן אז דער נוטראלער'ס שקר איז פין די קייט פין זייערע ליגענטס, איך ווייס גאר קראנט אז ראטליזש האט היי יאר געבאקען אסאך מער מצות ווי די לעצטע יארען אין האבען שוין געהאט עטליכע וואכען צירוק א מאנגעל אין די צייט וואס בראדעווי האט פארקויפט מצות פאר 12 דאללער א פונט א חוץ די מצות פין משמחי לב,  טראץ וואס בראדוועי האט היי יאר נאך מער געשניטן די ארבייטער אין זיי האבען מער כמעט נישט די רוסישע פרויען, אין נישט אימזינסט דארפן די זאלונישע בעקעריי פירן א פאלטשע אין נערישע מערכה קעגן די חיטים מהודרים, אדרבה פרעגט אייך אלייןס נאך, כדי צו באשטעטיגן מיינע ווערטער,
צו דעם קומט צו וואס 5בארא האט ארויסגעברענגט אז עס שעדיגט זייער שטארק זייער אנזעהן ביי יעדן ערליכען יוד, עס איז נאכנישט געווען א מערכה וואס יעדער זאל קענען אזוי גרינג זעהן אז אלע זייער מעשיות זענען בלויז ליגענט, יעדער קען דאך פארזיכן די טעם פין די ווייץ אין גלייך זעהן אז זאלץ סקאנדאל איז א פשוט בולבול אין האט נישט קיין שום האפט, זיי האבען אזוויפיל אויפגעטוהן אז מהיום והלאה ווייסט יעדער אז יעדע אויפטוה וואס סאטמאר רבי ר' אהרן טוט אויף וועט ר' זלמן לייב אטאמאטיש האבען א מערכה דערקעגן ממש ווי חמץ, נבילה, אד''ג אין האט אוועקגענומען זייער נאמנות, דאס א שאדען וואס זיי וועלן קיינמאל נישט קענער ערזעצן, אין יודיש הייסט דאס געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:05 לינק ישיר 

מען רעדט דא פון "שטיינזאלץ"?

אויב נישט וואס איז דער פראבלעם?........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 19:04 לינק ישיר 

נוטרלער, מיר וועלן זיך יעצט נישט אריינלאזן ווער עס האט דערלייגט 'פינאנציעל' און ווער עס האט פארדינט, ווייל דאס קען יעדער זאגן וויאזוי ער וויל, און יעדער פארשטייט אז דו האסט גארנישט נאכגעקוקט בעפאר דו האסט געשריבן די פאקטן..

אבער פון די אנדערע זייט וואלט איך געוואלט וויסן, צו די זאלונים זענען משיג וואס דער היי יעריגער זאלץ-מערכה האט זיי אפגעקאסט, מיד ולדורות.

עס איז נישטא קיין איין קהילה קדושה בישראל [קיין איינס], אויסער די בג"ץ קהילה, וואס זייערע רבנים, דיינים, אדער מיטגלידער זאלן האלטן אז עס איז פאראן א שמץ אמת אין די מערכה, וואס דאס מיינט אז יעדער וואס טוט אביסל אין די זאך ווערט איבערצייגט וויאזוי אלע "פאקטן" און השמצות פון די זאלונים\שונאים, זה עשרים שנים, האבן פונקט אזא האפט ווי די יעצטיגע ליצנות.

איך גלייב נישט אז זיי באגרייפן וואס זיי האבן דא געטוהן מיט זיך.

ווען א פרעמדער איד הערט פון זיינע רבנים ודיינים אז די זאך איז א שקר, און א טאג דערויף ליינט ער די ביילאגעס אינעם איד, און ער זעהט מיט וואסערע שיינע לשה"ק אותיות עס ווערט אראפגעשטעלט ליגנערישע פאקטן וועלכע זענען נגד המציאות והאמת, און עס ווערט געדרוקט מיטן פולסטן תמימות ווי מען מיינט דא דעם אייבערשטן אליינס, און דערצו קומט נאך צו א צושטימונג פונעם ראדני דיין הרב פריעדמאן שליט"א, זאלן זיי וויסן אז ביי אזא איד [דאס מיינט מען רוב רובם פון יהדות אמעריקא] זענען די זאלונים פארטיג פאר אייביג.

אזא איד ווייסט שוין פון היינט און ווייטער וויאזוי אפצוקויפן יעדע השמצה און יעדע "טרוקענע פאקט" וואס די זאלונים וועלן אים פארקויפן, און זאת ועוד, ער ווערט איבערצייגט אויף למפרע, פון וואס דער הייליגער ברך משה האט זיך אנגעליטן, און פון וועלכע סארט אמתדיגע מענטשן רבינו שליט"א ליידט היינט, והאמץ מארץ מצמיח.

נוטרלער, מיר זענען צופרידן פון ענקער שריט, און מיר דאנקען אייך!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2011 17:45 לינק ישיר 

דער סאטמארער דיין פון בארא פארק הרה''ג רבי אפרים שמעון שליט''א האט ביי של''ס די וואך געזאגט, אז דער לויפער שקר, איז א שקר אן קיין שמץ אמת, ווען עס וואלט געווען כאטש 1 פארצענט אמת, וואלט געווען שייך זיך צו טענה'ען, היות עס איז א שקר אן קיין איין פארצענט אמת, דעריבער טאר מען זיך אפי' נישט טענה'ען דעריבער, עכ''ל פונעם דיין שליט''א,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 06:30 לינק ישיר 

הא הא !!! א נחת צו זעהן ווי די ארונים שעלטן!!!

איך גיי מיר נישט אריינלאזן אין די פאקטן פון די זאלץ

איין זאך איז קלאר, וואס "יעדער" קען זיך אליין איבערצייגן

זייט פארגאנגענעם דאנערשאטאג איז שוין מער נישט דא צו קויפן קיין בראדוועי מצות, ווייל עס איז שוין אויספארקויפט, מען באקט יעצט נאן סטאפ פאר אלע אידן וואס ווילן נאך האבן מהודר'דיגע מצות.

אין דער זעלבע צייט שטייען ביידע ארונישע בעקערייען מיט איבעגעפולטע מצות וואס זוכן דאס צו פארקויפן, ווי איר קענט זיך אליין איבערצייגן, ווי אין אלע גראסעריס איז דאס פיל אויף שעלווס.

אזוי אויך האבן זיי געמוזט אריין לייגן אן עד אין די המודיע די וואך אז זיי פארקויפן זייערע מצות פאר גאר ביליג, און אפערן פרייע היים דעליווערי אלל אווער usa



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/4/2011 06:09 לינק ישיר 

איך לייג דא ארויף א email וואס דער פראפעסער CAS האט מיר געשיקט בנוגע די טוסין אריזונה אז סאיז די זעלבע ווי יומה אריזונה; From: "Charles A. Sanchez" Date: April 7, 2011 3:05:59 PM EDT To: <[email protected]> Subject: Re: Arizona I do not see the previous e-mail. However, production in Tucson would have been similar. However, the land formerly used in Tucson has been urbanized so production is not possible now. CAS Charles A. Sanchez Professor of Soil, Water, and Environmental Sciences Director-Yuma Agricultural Center 6425 W. 8th Street Yuma Arizona, 85364 Office 928-782-3836 FAX 928-782-1940 At 11:04 AM 4/7/2011, you wrote: Dear Dr. Charles A. Sanchez I'm sending u a copy of a email that I got in your name answers about Tucson Arizona, thats the same way growing like Yuma, I just wanted to clarify that it is throe. I'm sorry for bothering waiting to hear from u.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 02:53 לינק ישיר 

איך וויל פרעגן עפעס אנדערש צו מען האט נישט מפרסם געווען אין אלע צייטונגען אז די אלע וואס ליידן פון זאלץ זאלן חלילה נישט עסן די זאלציגע אריזאנע מצות, ס'דאך ממש א סכנה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 02:31 לינק ישיר 

איך וויל פרעגען מלך מלכים און די וואס האלטען מיט איהם
לאור די מודעה אין דער איד אז בראדוועי איז ל"ע נכשל געווארען ווען א חבורה האט געבאקען מיט אריזאנע ווייץ, וואס איז ל"ע חמץ גמור, צו מען האט פריש געכשר'ט די גאנצע בראדוועיי בעקעריי, ווייל אז נישט וועלן די אלע נכשל ווערן מיט א סרך אריזאנע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שערוריה • לעב: בראדוועי וואסער "מלוחים מאוד"!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext