| נשלח ב-11/4/2011 00:57 |
|
| |
בתוך רבים אהללנו: סקונדעס פאר א הארץ אטאקע
אין די פארנומענע ערב פסח מינוטן שפיר איך א פליכט צו נעמען די פאר מינוט און דאנקן דעם רבוש"ע אויף די ניסים גלויים ווי איך בין געשטאנען סקונדעס אוועק פון א הארץ אטאקע און דער רבוש"ע האט מיר בחסדי שמים אין די לעצטע רגעים אפגעשפארט א הארץ אטאקע רח"ל.
איך בין געווען אין וו"ב און עס איז מיר ממש שלעכט געווארן פאר די אויגן זעענדיג די "טרעפיק" ביים מליחה ואילך בושטער, די טירן רוען נישט פאר קיין סוקונדע, מענטשן שטורעמען אריין און ארויס, די געשעפט אליינס איז געפאקט מען טרעט ממש אויף מענטשן, די פריצות איז שרעקליך (מען וואלט געדארפט מאכן באזונדערע שעות פאר מענער און פרויען, אבער וואס קען מען ווארטן פון אזאלכע טריפה חזר עסער). איך גלייב אז וויפיל מענטשן מען זעט קומען און גיין איז דא עטליכע מאל אזוי פיל וואס באשטעלן אויפן טעלעפאון. איך האב זיך נישט געגלייבט מיינע אויגן, הזאת כלל ישראל?
איז שוין די דור אזוי נידריגט אז אזוי פיל מענטשן שעמען זיך נישט בריש גלי איינצוקויפן טריפה פלייש נאך דערצו פון ערגסטן סארט און נאך מער אין סענטער פון לי עוו. נישט עפעס א שעשעפטל פארשטיפט אין א געסל?!
איך פרעג דארט א אינגערמאן פשט, ענטעפרט ער מיר, גיין צום צווייטען נייעם געשעפט אין די אנדערע עק וו"ב וואסטו זען דאס זעלבע, איך בין טאקע צופאליג שפעטער אריבערגעפארן און דארט חזרט זיך איבער דאס זעלבע, מאסן מענטשן מענער און פרויערן שטרוימען אריין און ארויס פון די מליחה ואילך געשעפט, איך האב געשריפט אז איך האלט דאס נישט אויס, אזוי נידריג קען זיך כלל ישראל גליטשן?!
אביסל שפעטער האב איך זיך געטראפן פארנט פון די מליחה ואילך בוטשער אין ב"פ און דאס זעלבע חזרט איך איבער, איך האב נעבעך אומזינסט געהאפט אז אין ב"פ געפינען זיך נאך יא אידן וואס זענען נישט גרייט צו עסן טריפה ממש נאר פאר טריץ. און איך האב זיך גענארט.
איך האב געשפירט אז איך כאפ א הארץ אטאקע. האב איך שנעל איינגעמאלדן פאר מיין ווייב אז די מצב איז נישט גוט.
עטליכע מינוט שפעטער רופט זי מיר צוריק מיט די גוטע נייעס. "איך האב געקאלט מיין ברודער (א קליין קעפיגער נעבעך) און ער האט מיר געזאגט אז באמת קויפט קיינער פון די נישט קיין פלייש אין די טריפה סענטערס. באמת זענען די אלע אידן ערליכע אידן, ס'רעדט זיך וועגן אהרוינים וואס וועלן נישט קויפן קיין פלייש דארט סיי ווי"
אבער אויב אזוי פארוואס איז פלוצלינג דא אזא צוזאמענלויף פון הונדעטער אהרוינים מענער און פרויען אין די בושטערס? פרעג איך מיט אומפארשטאנד.
געדולדיג - ענטפערט מיין ווייב - זיי זענען אלע געקומען קוקן די שטוינענד אינטערסאנטע Skirt stake....
תוקן על ידי נפל ב- 11/04/2011 00:59:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 23:40 |
|
| |
איך האב אלעמאל געוואוסט אז די אהרוינים זענען א ריזן ציבור, אבער נאכן צוזען עטליכע טעג נאכאנאנד ווי שווערע טויזענטער אהרוינים דרייען זיך אריבער דעם זאלי בוטשער נאר צו כאפן א בליק אויף "Top Skirt Stake" (ווער דען זענען די טויזענטער וואס פולן אן דעם בושטער אלע שעות פון טאג, די זאליס זענען דאך א קארגע 150 משפחות) בין איך נאכאמאל ערשטוינט פון די ריזן ציבור וואס די אהרוינים פארמאגן...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 19:30 |
|
| |
זאג נאר די האלטסט ער וואלט אים געדארפט פאלגן צומאכן די פובלק סקול קעגן די פסק פון אביו ורבו ז״ל? א איד בעט דיר מחילה אויף א פליטת פה בעידן ריתחא, איז מען אים מוחל, ווי קומט דא אריין תנאים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 03:40 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | און פונקט אזוי איז דער דזשיגאן מחויב איבערצובעטן די אידן וואס האבן געגעסן מצות די לעצטע פופציג יאר
(הערה: דזשיגאן האט קיינמאל נישט מפייס געווען קאשויער רב ז"ל)
אהער מיטן טעיפ דו שקרן!!! ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט!!!! |
|
צדיק'ל הער דיך צו צו די זיסע פערל רייד פון דזשיגאן
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 01:55 |
|
| |
| עםהארץל כתב: |  | און פונקט אזוי איז דער דזשיגאן מחויב איבערצובעטן די אידן וואס האבן געגעסן מצות די לעצטע פופציג יאר
(הערה: דזשיגאן האט קיינמאל נישט מפייס געווען קאשויער רב ז"ל)
|
|
אהער מיטן טעיפ דו שקרן!!! ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 01:53 |
|
| |
| עםהארץל כתב: |  | דער בריוו פון ר' שלמה זלמן ע"ה איז נישט געווען קיין סוד, ער האט אים געזאגט ער איז מוחל בתנאי ער מאכט צו דעם פאבליק סקול וואס דזשיגאן האט קיינמאל נישט געפאלגט
און קום נישט מיט די דרשה אין ישיבה ווייל דו מאכסט אליינס ליצנות פון דיר, דזשיגאן האט דעמאלס געזאגט ער איז מוחל פאר קאשויער רב !?!? פאר אלע בזיונות וואס ער האט אים געמאכט...
|
|
אהער מיטן טעיפ דו שקרן!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 01:31 |
|
| |
| נארפאקטן כתב: |  | עםהארץל, מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי, הינדערטער בחורים האבן געהערט ווי ער בעט איבער קאשויער רב א טאג נאך זיין פטירה |
|
אהער מיטן טעיפ
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 00:07 |
|
| |
יא, דאס איז איינס פון די סעיפים.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/4/2011 00:00 |
|
| |
מיר ליגט אין קאפּ (אדרבה לייג ארויף ביידע בריוון) אז ער האט אויך געשריבן אז ער זאל צוריק נעמען די מלמדים וואס מ׳ האט ארויסגעווארפן, וועגן דעם זאג איך כבודו במקומו מונח, וואלט ער געהאלטן מלמדים מחוצפיםפאר אים?
עםהארץל, מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי, הינדערטער בחורים האבן געהערט ווי ער בעט איבער קאשויער רב א טאג נאך זיין פטירה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 23:41 |
|
| |
KJ, מיר האבן דאס אלע געהערט פון אונזער הייליגן רבי דער בעל ברך משה זי''ע וואס איז ווי באקאנט געווען מפורסם אלץ א איש אמת, און ער האט געזאגט ברבים אז דער קאשויער רב זצ''ל האט עם געזאגט אז שוין דרייסיג יאר איז מען מאכיל נבילות וטריפות, נו, איך גלייב ענדערשט דעם הייליגן ברך משה ווי עפעס אן אנאנימער היידפארק שרייבערל, און ווילסט וויסן, דער ברך משה האט געזאגט אויף קאשויער רב 10 מאל עפרא לפומי' נו, זיין כבוד איז נישט במקומו מונח?
און וואס רבינו שליט''א האט געזאגט וועגן ענקער ווייץ דארף איך אויך נישט הערן פון דיר ווייל איך בין געווען ביי די דרשה און ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ענקער ווייץ איז חמץ, ער האט נאר געזאגט אז מצומחות איז חמץ, און דאס איז אמת ויציב, דאס זאגט דער שולחן ערוך, דאס איז נישט קיין אהרונישע מעשיות, ער האט ווייטער מסביר געווען אז ביי מצומחות דארף מען זיך פארלאזן אויף בטל בשישים, וואס מען טיט נאר בדלית ברירה, אבער אז מען קען ניצן ווייץ וואס האט בכלל נישט קיין מצומחות איז זיכער א הידור רב,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 23:32 |
|
| |
מילא פון דעם באקאנטן שקרן עם הארץ'ל בין איך נישט סורפרייזד אז ער שרייבט אז דער קאשויער רב האט מוחל געווען נאר מיט געוויסע תנאים, וואס איז שקר וכזב, אבער וואס עקספעקט מען פון א עם הארץ, נאר שקרים וכזבים, אבער פון "נארפאקטן" וואס שטעלט זיך אהער ווי כשמו כן הוא, ער וויל נאר אמת'ע פאקטן, בין איך יא סורפרייזד, איך האב יעצט איבער געליינט דעם בריעוו וואס דער קאשויער רב זצ''ל האט געשריבן פאר ר' שלמה זלמן סאנדער ע''ה בנוגע דעם פיוס, און ער שרייבט זייער קלאר, אז מצדו איז בכלל נישט נייטיג קיין פיוס ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום פערזענדליכע הקפדה אויף קרית יואל'ער רב, דאס איז נאר בינו לבין דעם באשעפער און ער גיט אנווייזונגען פאר קרית יואל'ער רב וואס ער האט צוטון אז דער באשעפער זאל עם מוחל זיין, נו, מפייס זיין דעם באשעפער דארף מען נישט קיין פארטרעטער, דער קאשויער רב איז נישט דעם באשעפערס אגענט און איז נישט מחייב נאר זיינע תלמידים וחסידים, איך בין חלילה נישט מזלזל אין קאשויער רב זצ''ל וואס איז געווען א צדיק וקדוש, אבער זיין מיינונג איז אונז נישט מחייב בכלל, פונקט ווי יעדער איז מודה אז דער הייליגער בעלזער רב זי''ע איז געווען א קדוש וטהור, אבער ער איז געווען מחולק מיטן הייליגן דברי יואל זי''ע בנוגע די בחירות, וועט עמעצער זאגן אז זיין מיינונג איז עפעס מחייב א סאטמארן חסיד? זיכער אז נישט, כבודו במקומו מונח, אבער ביי די בחירות איז ער נישט גערעכט געווען, ושגגה יצא מלפני השליט, כן הדבר הזה, רבינו שליט''א וואס איז דאן געווען דער קרית יואל'ער רב האט בעידנא דריתחא געזאגט א ווארט וואס האט עם תיכף באנק געטון, ער האט עם מפייס געווען כדת וכדין בלויז אויף ניצן די ווערטער, (אבער נישט אויפן עצם סכסוך) און ער האט גענטפערט אז ער איז אויף עם בכלל נישט ברוגז און האט אויף עם נישט קיין הקפדה, און דאב האט גענדיגט דעם פיוס, וואס ער שרייבט ווייטער וואס איז אויסדריקליך נישט קיין שום תנאי אויפן פיוס, איז בכלל נישט מחייב דעם קרית יואל'ער רב וואס האט געהאט על מי לסמוך, ער האט זיך סומך געווען אויף זיין הייליגן טאטן כ''ק מרן בעל ברך משה זי''ע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 23:19 |
|
| |
און איך ווארט נאך אויף די עפרא לפומיה אויף א איד וואס האט פאריאר חוה"מ זיך צופלאפעלט ברבים און געזאגט אויף רבינו הקדוש זי"ע אז ער האט געגעסן חמץ אום פסח דרייסיג יאר! מיט עפעס א היתר פון טאש.. (נישט פון לעדל, ווייל א לעדל היתר איז יא פיין..)
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 23:12 |
|
| |
קאשויער רב האט קיינמאל נישט געזאגט אז דרייסיג יאר עסט מען שוין נבילה וטריפה, אדער ווי די לשון פון דעם מחוצף: "האט ער געזאגט אז די פעטער זי"ע האט מאכיל געווען נבילות וטריפות דרייסיג יאר"..
דו דארפסט נישט שרייבן אויף קאשוי רב זצוק"ל אז כבודו במקומו מונח, זיין כבוד איז ב"ה במקומו, די פראבלעם מיט די "מיספלעיסד" כבוד האבן נאר די טראציגע יונגען וואס האבן אים פרובירט מבזה זיין בתוך שאר גדולי ישראל, און זענען א סעמפל פון "כל הרודף אחר הכבוד.."..
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 22:36 |
|
| |
דער בריוו פון ר' שלמה זלמן ע"ה איז נישט געווען קיין סוד, ער האט אים געזאגט ער איז מוחל בתנאי ער מאכט צו דעם פאבליק סקול וואס דזשיגאן האט קיינמאל נישט געפאלגט
און קום נישט מיט די דרשה אין ישיבה ווייל דו מאכסט אליינס ליצנות פון דיר, דזשיגאן האט דעמאלס געזאגט ער איז מוחל פאר קאשויער רב !?!? פאר אלע בזיונות וואס ער האט אים געמאכט...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 22:21 |
|
| |
ער האט אים יא מפייס געווען בכתב און בעל פה בכתב, אין גליון "אז נדברו" וואס פלעגט דעמאלס ארויסקומען, מ' האט עס געוואלט אריין לייגן אין "דער איד" דער בעה״ב האט עס נישט געלאזט אריינלייגן. הגה״ק מקאשוי זצ״ל האט אפילו גענטפערט בכתב דורך תלמידו ר' ש״ז סאנדער ע״ה אז ער איז מוחל מיט געוויסע תנאים, משום כבודו הרמה וויל איך עס נישט דערמאנען. לאחר פטירתו האט ער אים נאכאמאל מפייס געווען ברבים אין די ישיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2011 21:30 |
|
| |
לאז מנוחה דזשיגאן'ען, ער איז ביזי מיטן ספר תורה פון דברי חיים.
|
|
|
|
|