בית פורומים אידישע געדאנק

געוואלד: אהרונים גייען אין בג"ץ קעגן רב בערלין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/4/2011 20:50 לינק ישיר 
געוואלד: אהרונים גייען אין בג"ץ קעגן רב בערלין



און די טעג איז ארויסגערינען די אינפארמאציע, אז די ירושלימ'ער אהרונים, מיט די אייגענטימער פון די קארפארעישאן
 
קרית יואל חברה לבנין ולפיתוח בע"מ:שם החברה
KIRYAT YOEL BUILDING AND DEVELOPMENT COMPANY LTD

די אייגענטימער פון די קאמפאני זענען ווי פאלגענד: שמואל דוד מארקאוויטש, יצחק ראזענבערג, בן ציון ווערצבערגער, חיים אליעזר גראס 


זענען געגאנגען און "בג"ץ הציוני" קעגן הרב זאב בערלין פון ירושלים, מיט וועם זיי האבן אונטערגעשריבן קאנטראקט צו בויען די אנגעזעצטע "עדיסאן" פראייעקט אין ירושלים.


ווי עס איז באקאנט היינט שוין פאר יעדן, האט הרב בערלין אינוועסטעט אינעם פראייעקט באלד 2 מיליאן דאלער, ווען פון צווייטן זייט האט די קאמפאני עם פארשפראכן צוגעבן 8 הייזער אינעם פראייעקט, הרב בערלין האט זיך נישט פארלאזט אויף קיין צוזאגונגען און האט אריינגעלייגט אינעם "דיעד"  א "דעקלערעישאן" צוזאמען מיט די אייגענטימער פון די קאמפאני וואס לויטעט אז עס איז דא א קאנטראקט וואס שענקט 8 הייזער אינעם פראייעקט פאר הרב בערלין.

א צייט שפעטער האט זיך די אמעריקאנער הנהלה פון די קאמפאני צושלאגן מיט הרב בערלין, ווען זיי האבן איינגעזעהן אז זיי האבן עם איבערגעצאלט, און האבן געלאזט הערן אז זיי גייען נישט איינהאלטן דעם "קאנטראקט" און עם געוואלט געבן נאר 5 הייזער.

דער סכסוך געפונט זיך איצט ביי א "בוררות" ביי הרה"ג ר' יודל סילמאן פון הגר"נ קארעליץ בי"ד, און די "דיונים" איז שוין פארטיג, און מען ווארט שוין אויף א פסק.


גלייכצייטיג - און די זעלבע צייט וואס דיונים אין בית דין זענען אנגעגאנגען, האבן די אהרונים געפענט א קעיס אין "בג"ץ הציוני", קעגן הרב בערלין מיט זיין לויער, אז די "דעקלערעישאן" וואס עס איז אריינגעלייגט געווארן אין "דיעד" איז א פאלשער, און הרב בערלין מיט זיין לויער זענען גאר באגאנגען א "זיוף".

די אהרונים מיט די אמערעקאנער בגצ'ניקעס האבן געלייגט אויף דעם קעיס גרויס האפענונג, אז טאמער זיין מאכן עס, וועלן זיי פארדינען צוריק 3 הייזער וואס דאס מיינט 1.3 מיליאן דאלער, אבער די פאריגע וואך נכזבה תוחלתם ווען דער "בג"ץ" האט זיי אראפגעשליידערט פון טרעפן פון געריכט, און גע'פסק'נט אז דער "דעקלערעישאן" איז קראנט און געזעצליך.


אמער דא געהאט צווי זאכן.

ערשטענס זענען זיי געגאנגען אין בג"ץ הציוני אן קיין היתר בי"ד, און צו דערצו אריינגעשטאכן א גרויסן מעסער אינעם "ויואל משה" (דעם באוואוסטן מעסער וואס שמואל ווידער האט אריינגעלייגט אין בלאט)

צווייטענס האבן זיי דעם הרב בערלין מיט זיין לויער פלעין גע'מסר'ט, וואס ווען די קלאגע אין בג"ץ וואלט זיך ארויסגעשטעלט קראנט, וואלט מען זיין געקענט קלאגן און ארעסטירן, וואס אויף דעם איז נישטא קיין היתר.







שומו שמים!

געוואלד!


יזדעזע העולם!

ינועו אמת הסיפים!


מ'גייט און בג"ץ הציוני רח"ל


עמרם כהן ווי ביסטו?





תוקן על ידי yuchw ב- 11/04/2011 21:00:59




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 03:02 לינק ישיר 

דער זעלבער יצחק ראזענבערג וואס האט מיט א יאר געשריגן מיט פאטאס "הולכי בג"ץ ערכאות העולמי, איז נישט מער און נישט ווייניגער אריין אין בג"ץ הציוני


א ביליגקייט פון פאברעכער

א נידריגקייט פון א באנדיט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 21:01 לינק ישיר 

דאקומענטן ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2011 20:55 לינק ישיר 

מיר ערווארטן דער דזשיגאן זאל מאכן א ריזיגע צערעמאניע ה' אייר וואו ער וועט מוחה זיין אויף די שרעקליכע עבירה פון גיין אין בג"ץ אן א היתר ב"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געוואלד: אהרונים גייען אין בג"ץ קעגן רב בערלין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext