בית פורומים אידישע געדאנק

אויפדעקונג: נאך וועם הייסט דער דזשיגאן עם הארץ אהרן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/4/2011 01:49 לינק ישיר 
אויפדעקונג: נאך וועם הייסט דער דזשיגאן עם הארץ אהרן?

אינעם נייעם באנד הליכות והנהגות לבית דזשיגאן, ווערט אנדעקט אז דער דזשיגאן עם הארץ הייסט נישט אהרן נאך זיין באטורער זיידע, נאר נאך אהרן מתתי' דייטש, מ'האט נאר אראפגענומען דעם נאמען מתתיהו. א אנדערע גירסה זאגט אז ער הייסט גאר אהרן נאך אהרן בינער פון אנטווערפן.

אזוי אויך ברענגן זיי דארט  אז מענדעלע אמסטערדאמער/מאנהעטענער הייסט גארנישט נאך מענדעלע פריעד ווי מיר האבן אלע יארן געמיינט, ער הייסט מענדעלע נאך דעם אפיקורס מענדעלע מוכר ספרים, וועם זיין טאטע דער דזשיגאן עם הארץ אהרן טייטלבוים האט זייער געגליכן.

נאך אינטערעסאנטע פרטים פון דעם ספר וועלן נאכפאלגן.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/4/2011 02:03 לינק ישיר 

אלי' סימאן זאגט ער הייסט נאך אהרן חארינער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 02:11 לינק ישיר 

עס איז ממש צום שטוינען וואו די חלה דעקלעך האלטן. מ'פראוועט ניצחון אויפן חב"ד'סקער שטייגער, אז מ'האט אנדעקט אמעריקע, נעמליך רבינו שליט"א הייסט ר' זלמן לייב נאך הגה"ק ר' זלמן לייב מסיגעט זצ"ל, א ברודער מיט רבינו בעל ברך משה זי"ע, און נישט נאכן זיידן דעם יטב לב זי"ע. דער זיג וועט געפייערט ווערן בשמחה רבה אינעם פיפטן באנד פון ומשה היה רועה, מעשיות פונעם לעבן און שאפן פונעם דזשיגאן עם הארץ אהרן טייטלבוים, געשריבן מיט חרדת קודש דורך שמואל שלמה טעללער.
 
קען איינער א פרעג טאן די אקסן נאך וועם דער ר' זלמן לייב סיגעטער האט געהייסטן זלמן לייב אז נישט נאכן יטב לב?!
 
עס איז וואויל באקאנט פאר יעדן דעם בריוו וואס דער ברך משה שרייבט פאר ר' מרדכי וויליגער וועגן דעם נאמען. אז איינער קען מיר טרעפן דעם זיג אין דעם זאל מיך ביטע לאזן וויסן, אדאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 13:25 לינק ישיר 

http://cbfc24.b2.gns.co.il/bhol2017/2011412_232713730_jpg.jpg



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2011 16:30 לינק ישיר 

דער רבי שרייבט אליין אין א שורה שפעטער, אז זיין ברודער ר' זלמן לייב האט געהייסן "אחרי זקני הבעל יטב לב זי"ע".
עס איז ידוע אז דער ברך משה זי"ע פלעגט כמה פעמים הייסן געבן א נאמען נאך א מענטשן, און אינזין האבן נאך וועמען יענער האט געהייסן, פאר מיר אליין האט ער אמאל געהייסן אזוי טאן.

און עס קען זיין אז ער האט געוואלט מהנה זיין די "סיגוטער" חסידים, האט ער געזאגט אז ער האט אינזינען געהאט אויך ר' זלמן לייבעלע וואס איז נעבעך אוועקגעריסן געווארן יונגערהייט ביי די מלחמה.

מסתמא האט ער אינזין געהאט ביידע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אויפדעקונג: נאך וועם הייסט דער דזשיגאן עם הארץ אהרן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext