| נשלח ב-15/4/2011 21:19 |
|
| |
פיר קשיות צום סדר
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2011 23:56 |
|
| |
די ספעציעלע ''מה נשתנה'' מעג מען אויך פרעגען שבת חול המועד.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2011 17:23 |
|
| |
שארמאש , גראב''ד , קרעמניץ , אברהם לויפער , מיכל אינדיג , שערי חסד , דער איד ועוד פון איין זייט.
האדמורי''ם , רבנים ודיינים לבית סאטמאר , סקולען , ראכמיסטריווקא , פאפא , צעהלים, נייטרא , וויען , וויזניץ , בעלזא , צאנז , אראד, קאשוי , האליין , ראב''ד ירושלים ובראשם פוסק הדור השבט הלוי שליט''א אויפ'ן צד פון די מהודר'דיגע אריזאנא מצות.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/4/2011 17:16 |
|
| |
צדיקי דורינו מסקולען וראכמיסטריווקא שליט''א האבן לפי הגראב''ד , אינדיג , קרעמניץ געגעסן חמץ גמור.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 19:39 |
|
| |
לויט הרב שמחה ישראל בלום , האט אחיו הגדול כ''ק אדמו''ר ממקאשוי שליט''א געגעסן היי יאר ביים סדר: חמץ גמור.
קאשויער רב שליט''א וועלכער האט געבאקן מצות אין פאפא - צעהלים בעקעריי האט מיט קפדנות יתירה גענוצט בלויז אריזאנא ווייץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 19:35 |
|
| |
הרה''ג רבי הערשל מיללער שליט''א הרב מאראד איז ליל ב' דפסח געגאנגען צום סדר צו זיין מוטער הרבנית מאראד תחי' אויף ראדני סטריט , און געטראגען מיט שטאלץ א מצה באקס פון חסידי ראכמיסטריווקא , וועלכע האבן געבאקן מצות אך ורק פון אריזאנא ווייץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 19:29 |
|
| |
אין ציפערן קען מען זי אלץ טענה'נען.
אין מציאות , די קהילות פון צעהלים און פאפא וואס זייערער מייסדים זענען געווען פון די חשוב'סטע רבנים אין אמעריקא , און זייערע חתימות האט מען געלייגט אין די ערשטע שורה פון יעדע קול קורא , אט די קהילות קדושות בישראל האבן געבאקן אין זייער מצה בעקעריי אריבער 150 טויזנט פונט מצות פון אריזאנא ווייץ , טראץ וואס דער גראב''ד, אינדיג און קרעמניץ האבן דאס מחמיץ געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 18:50 |
|
| |
איך האב מיך זייער געווינדערט וואס די אהרונים האבן איינגענומען אזא שטיל שווייגעניש דורך שעלטן יומם ולילה, און זיי זענען זיך נעבעך מחזק מיטן נאכזאגן ווערטלעך פון פאפא מקוה... אבער נאכן זעהן די בילדער פון ערב יו"ט ביי ביידע מצה בעקעריס פארשטייט מען שוין אלעס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 17:38 |
|
| |
איז דא חול המועד שעות פון קבלת פני רבו אין וומבס''ג ביים שיער געווארענעם ירושלימער רב אויף ראסס סטריט?
בעסער געפרעגט: איז דא איין הלכה אין הלכות פסח וואס די רבבות חסידי סאטמאר ( פון אלע צדדים) בכל קצוי תבל זאגען נאך בשם הגראב''ד שליט''א?
סוף כל סוף איז ער שוין דיין אריבער 40 יאר אין סאטמאר , איז דא איין הוראה אדער דין וואס איינער זאגט נאך בשמו?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 16:18 |
|
| |
נאכ'ן קונטרס ''שגיון לדוד'' זענען די זאליס איינגעזעסן און זיך באגראבן פאר בושה , אז דער מאן וואס שטייט אין שפיץ פון זייער בעקעריי איז א מזייף ומסלף , א פאבריצירער פון א משנה ברורה וביאור הלכה וכו' , ועל כולם איז ער בכלל קיין ''מענטש'' נישט. ווייל מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי, איי מען זעהט דאך, אז ער זאגט יא אזעלכע שקרים וסילופים וואס איז ''דעבידי לגלויי'' , מוז זיין ווייל ער גייט נישט אריין בגדר ''אינשי''.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2011 05:21 |
|
| |
א גוט ווערטל פון פאפא מקוה , ערשטן טאג פסח אינדערפרי: עס איז א גרויסע שאלה צו פאפא חסידים האבן יוצא געווען מצות אכילת מצה מיט מצות פון אריזאנא ווייץ , ווייל עס דארף זיין ''לחם עוני'' , 'שעוני''ן עליו דברים הרבה , און ביי די אריזזאנא מצות האט מען גארנישט געענטפערט...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2011 14:54 |
|
| |
פון א גוט ווערטל זאגער: אין די ערשטע יארן אין אמעריקא האט דער דברי יואל זכרונו לברכה געהאט אין יום טוב פסח בלויז א זילבערנע בעקיטשע. עטליכע יאר שפעטער איז ער פלוצים אריינגעקומען צום עולם מיט א שניי ווייסע בעקיטשע.
וואס האט פלוצים פאסירט?
יענע יאר בעפאר פסח איז ער כסדר געגאנגען צום זאלציגען קוואל וואסער פון בראדוועי בעקעריי, אריינגעריבן די זאלציגע וואסער אין די בעקיטשע (כלשונו של הבעל שגיון לדוד), געריבן און געריבן , גוט געריבן , ביז ביז ביז פון די גאנצע בעקיטשע איז געווארן איין גאנצע שניי-ווייסע בעקיטשע.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2011 03:07 |
|
| |
סך הכל: די זאלי צייטונג מיט געבן 4 וואכן אין א צי א פלאטפארמע פאר אברהם לויפער , קען זיך די זאלי פארטיי נישט אפשאקלן אין די לעצטע מינוט , ווען אומפארטייאישע רבנים און קהלות האבן זיך זעלטן-פעסט ארויס געשטעלט לטובת די מהודר'דיגע אריזאנא ווייץ.
די רבנים און קהלות פון פאפא , צעהלים , נייטרא , וויען , וויזניץ-מאנסי , בעלזא, הרב וואוזנער, הרב ברוידא, ועוד ועוד האבן ניטאמאל געבלינקט מיט די אויגען איבער די פאוני בעלאוני שטאף פונעם צד שכנגד.
לעומת זה ''דער בלאט'' , מיט'ן שווייגען די גאנצע צייט האט דערמיט געענטפערט די הילעכיגסטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2011 00:05 |
|
| |
מארגען ערב פסח ביים מצה באקען וועלן די בראדוועי זאלונים קונדן זיכער מחזק זיין דעם ''שגיון לדוד''.
קיין איינער פון זיי וועט אבער נישט האבן דרייסט ועזות דקדושה צו מאנען די אלע ''דאקומענטן'' און אים פרעגען איבער'ן פאבריצירטן ''משנה ברורה וביאור הלכה''.
עורו זאלונים משינתכם , וועקט אייך אויף און איבער צייגט אייך וואס איז געווארן פון אייער אינטעליגענצקייט , פון אייער קלוגשאפט, פון אייער לשם שמימ'דיגע מערכות , פון אייער אמת'דיגקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2011 23:56 |
|
| |
גאר ווייניג בא'טעמ'ט , אז נאך 30 אדער 40 יאר פון בויען זיך א רעפוטאציע פון תלמיד חכם און שאלות ותשובות שרייבער , ווערט דער בעל ''שגיון לדוד'' אפגע'חתמ'ט פאר א פשוט'ער שקרן ומסלף , בלי שום נאמנות.
עס איז בכלל נישט קיין כבוד פאר'ן הייליגען דברי יואל זי''ע , אז אזא שקרן ומזייף רופט זיך א תלמיד פון די סאטמארער ישיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2011 23:49 |
|
| |
נאך אלעמען האבן די 2 '' חברי הביד''צ ''הדיינים וויינבערגער און פילאפף'' געלאזט דעם ראב''ד שליט''א הענגען אינדער-לופטן ביי די איצטיגע פאוני בעלאוני לויפער פראבלעם.
עס קוקט אויס , צי זיי אליין אדער זייערע יועצים, זענען פיל קלוגער פונעם הייליגען ראב''ד , און זיך נישט געשטעלט אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי אברהם לויפער.
און דער קלוגער ראב''ד האט נאך גע'חלומ'ט און געוואלט זיין רב פון גאנץ ירושלים.
וואט עי דזשאוק?
|
|
|
|
|