סאטמאר היינט / 12 יאר צוריק
זיצענדיג נעכטן ביים גרויסארטיגע אסיפה כללית אין גרויסע סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג זעענדיג דעם ריזן ציבור פון טויזענטער אנשי שלומינו חסידי סאטמאר וואס האבן איבערגעפולט דעם היכל הביהמ"ד האב איך צוריקגעטראכט אז אומגעפער 12 יאר צוריק האט זיך נישט געגלויבט אז אזאנס וועט פארווירקליכט ווערן.
יעדער געדענקט ווי די גאנצע ביהמ"ד איז געווען באשמירט מיט ריזיגע ליילעכער וואס האט אנגעזאגט די בשורה איבער א א.ג. אסיפה היינט נאכט, וואס עס איז געווארן מיט דעם אסיפה פונעם רב בכל אתר ואתר איז איבריג נאכאמאל איבערצוגיין.
יענע יאר איז אריין אין די היסטאריע פון סאטמאר ווען דער געוועזענע משמש שלמה ווערצבערגער האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגעריפן דריי ווערטער וואס קלינגען נאך ביזן היינטיגן טאג "א גוטן מועד"!!
נאך יענע מינוט האט זיך אנגעצונדן א שרעקליכע שנאה ביי די ארונים קעגן דעם הייליגען רבי'ן רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל - וואס אפילו זיי האבן כאטש פרובירט ביז דעם מינוט צי באהאלטן זייער שנאה צום רבי"ן האבן זיי פון דעמאלטס און ווייטער מער נישט געקענט - און עס האט אויפגעריסן ווי א אטאם באמבע די גאנצע וועלט סאטמארע חסידים בפרט האט געציטערט פאר שרעק וואס עס וועט זיין ווייטער, זיי האבן אנגעהויבן שרעקליכע רציחות און ראיאטן ממש ווי עגיפטען איבערגעדרייט קארס צושלאגן מענטשן צווישן זיי עטליכע זקינים. עס האט אויסגעזעהן ווי זייער פירער דער שליח וועט פארכאפן קאנטראל איבער סאטמאר אפילו יעדער האט קלאר געזעהן אז עס איז נגד רצונו אבער פונדעסטוועגן האט ער קיינעם נישט אפגעשוינט פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדע טאג, טישן האט מען מען איבערגעדרייט יעדע שבת און יום טוב, זיי האבן אפילו געהאט די חוצפה צי שיינען מיט א "לעיזער פאוינטער" אויף די לעכטיגע צורה פון דעם הייליגע רבי'ן זצ"ל שפעטער ווער מען האט מער נישט געקענט אריינברענגען דעם רבי'ן אין ביהמ"ד צוליב דעם סיבה ווייל מען האט פשוט נישט געקענט קאנטראלירן אפצושטעלן די שרעקליכע חוצפה וואס זיי האבן אנגעפירט קעגן רבי'ן האבן זיי גאר געהאט טענות "היתכן מען לאזט נישט אריין דעם רבין"...?
שווערע אבער זייער שווערע יארן זענען פאריבער אויף די הייליגע סאטמארע קהילה בכלל, און בפרט אויף אונזער געטרייע איבערגעגעבענע ראשי הקהילה כל אחד בשמו יברך זיי האבן איינגעשלינגען צענדליגע און הונדערטער קוילן וואס זענען געפלויגן פון אלע ריכטונגען זיי האבן בחסדי השם נישט אינטערגעבראכן און האבן זיך נישט אפגעשראקן פון די אלע רדיפות.
בחסדי השם נעכטן 12 יאר שפעטער האט זיך ווידער ארויסגעוויזן די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס דער אייבערשטער האט געטין מיט די הייליגע סאטמארע קהילה, בזכות פון רבותינו הקדושים אשר גנזי במרומים די זעלבע בית המדרש איז ווידעראמאל געקומען מיט א ריינעם ציהל לשמוע דברות קודש מפה הטהור פון כ"ק מרן רבינו יקותיאל יהודה שליט"א. קיינער האט זיך נישט אמאל געקענט גלייבן אפילו אין דעם ווילדסטען חלום אז "ר' זלמן לייב וועט אמאל רעדן אין ראדני פאר א ציבור פון טויזענטער אידן". און די זעלבע צייט וואס רבינו שליט"א האט גערעדט דברי תורה והדרכה מיט די אנוועזנהייט פון אלע סאטמארע דיינים וואס זענען אלע איינס ביי איינס אויפגענומען געווארן דורך דעם רבי'ן בעל ברך משה זצ"ל, איז דער מנובל געשטאנען ביים ווינקל פון וויליאמסבורג געווען פארנומען מיט זיינע ניבול רייד וואס דעם איז ביי אים די באליבסטע ענין.
ווער עס האט בילדער זאל עס מיר ביטע שיקן אויף [email protected]
תוקן על ידי קעציל ב- 23/04/2011 01:03:15
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 23/04/2011 01:44:11
 |
|
|