בית פורומים אידישע געדאנק

ראיאטן אין ב"פ: לייכטאג אסר'ט מעקסיקא שחיטה אין זיין בוטשער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2011 07:16 לינק ישיר 
ראיאטן אין ב"פ: לייכטאג אסר'ט מעקסיקא שחיטה אין זיין בוטשער!

די אינערליכע רייבערייען ביי די אהרונים איז ארויף א שטאפל. אנדערש ווי ביז יעצט וואס די ריסן פלעגן פארקומען צווישן די פירער און קארפן קעפ, זענען דאס מאל די צוויי קריגערישע צדדים דער דזשיגאן עם הארץ אהרן טייטלבוים, און פון די אנדערע צד שטייט דער אלטער אויבער חכם אפרים שמעון לייכטאג, דער גאון וגדול און דומ"ץ ראשי פון די דזשיגאנער אין בארא פארק.
 
די מלחמה צווישן לייכטאג און דזשיגאן גייט שוין צוריק א לענגערע צייט. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען לייכטאג איז פארגאנגענעם חול המועד סוכות ארויסגעקומען מיט א אטאקע קעגן די מיעל מארט בית השחיטה, וואו דזשיגאן שחט די 'מהודרת' פלייש. די אהרונים האבן זיך דעמאלס ביטערליך געשעמט מיט די דרשה, וואס דאס האט שוין געזאגט איינער וואס איז א "היימישער", און צוגאב איז דאך לייכטאג דער בעל המכשיר פון די דזשיגאנער בארא פארק'ער יאטקע, דעריבער האבן זיי פרובירט מיט אלע כוחות און מיטלען דאס צו באגראבן לעלמי עד. דערווייל איז זיי טאקע געלונגען צו קאנפיסקירן אלע טעיפ'ס, אבער דער תוכן הדרשה איז יא ארויסגעקומען צו די גאס, און די אהרונים האבן אנגעהויבן מיט זייער ליגנערישע תירוצים אז עכט עכט וויל דער דזשיגאן אויך לויז ווערן פון די וויינשטאק ברודער, ער קען נאר נישט ווייל חיים שלמה פישער דארף זייער געלט (...) און דעריבער דעקט ער זיי.
 
לעצטענס האט דער דזשיגאן ע"ה באשלאסן אז ער וויל גיין שחט'ן קיין מעקסיקא פאר אטענטשאן. נאטורליך האט מען איינגעמאלדן פאר לייכטאג, וואס איז גערעכנט אלס איינער פון די רבנים המכשירים אויף די 'מהודרת' פלייש. לייכטאג האט אבער געזאגט א גראבן בלא, ער האט געזאגט אז ער האלט נישט פון די מעקסיקא שחיטה און ער וועט אויף קיין פאל נישט אהינפארן געבן א הכשר. חיים שלמה פישער האט פערזענליך אנגערופן לייכטאג און געוויינט צו אים אז דאס וועט דעם רבי'ן צוטרעטן צום געזונט, אבער לייכטאג איז געבליבן ביי זיינס זאגענדיג אז דער רבי זאל אראפגיין פון זינען, ער וועט קיין מעקסיקא נישט פארן.
 
למעשה באין ברירה האט זיך דער דזשיגאן ע"ה אליין געכאפט דאס רענצל און איין פארטאגס אראפגעפארן מיט זיין הויז בחור (לייען: פאטאגראפירער) און פישער קיין מעקסיקא, אן די באגלייטונג פון קיין איינס פון זיינע דיינים, דער נסיעה איז ברייט באקאנט געווארן נאך וואס דער דזשיגאן איז געבליבן געשטראנדעט אין וואשינגטאן, וואו ער האט זיך געפיקטשערט אריינרייסענדיג אין לעבעדיגע חלות, און מאכן קנאק-יאנקל'עך מיט די חב"ד'סקער.
 
ווען די ידיעה איז אנגעקומען צו לייכטאג האט ער געשוואוירן נקמה און אנטשפראכן אז אין זיין בוטשער וועט די מעקסיקא טריפה פלייש (כך במקור) נישט אריינקומען. אין בארא פארק איז פרייליך, משה פריעדמאן טענה'ט אז ער וועט זיך אפזאגן פון די השגחה אויב לייכטאג וועט זיך נישט ברעכן. לייכטאג סטראשעט אויב מ'נעמט דאס אריין, רעזיגנירט ער פון דיינות, און ער וועט דערציילן אסאך זאכן וואס די אהרונים וועט נישט שמעקן צו הערן, און לויט ווי לייכטאג איז באקאנט געווארן אין די פארגאנגענהייט איז שווער צו גלייבן אז ער וועט דאס פארשווייגן.
 
די יודעי דבר געבן איבער אז דאס איז דער סיבה פארוואס דער דזשיגאן האט זיך נישט דערוואגט צו רעדן ביי זיין פסח דרשה פון די שחיטה, צוליב וואס לייכטאג האט געסטראשעט אז אויב וועט דזשיגאן רעדן בשבח פון די שחיטה, וועט ער ארויסקומען לגנאי.
 
וליהודים היתה אורה...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 01:28 לינק ישיר 

קענסט דיר געבן א האנט מיט רבי יונה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 00:39 לינק ישיר 

אלטע נייעס רבינו שליט"א האט באפוילן די בוטשער צי אריינעמען די מעקסיקא פלייש אפילו דער לייכטאג לאזט נישט און מען האט די וואך שוין אריינגעברענגט די מעקסיקא פלייש

ווי אויך האט מען געקענסלט זיין דרשה וואס ער האט געזאלט רעדן דעם זונטאג ערב שביעי של פסח אין בית המדרש הגדול אין הופער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2011 23:35 לינק ישיר 

לייכטאג זאגט ער וועט זיך צוריקטוישן צו קראך היט אין די וואכן אויב וועט מען אריינברענגן מעקסיקא פלייש אין בארא פארקער יאטקע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/4/2011 19:12 לינק ישיר 

וואס לייכטאג'ס פראבלעם איז ווייס איך נישט, איין זאך איז אמאל זיכער, די מעקסיקא פלייש איז נישט צום האבן אין דעם בארא פארקער דזשיגאנער פלייש געשעפט !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2011 18:59 לינק ישיר 

מן הסתם איז לייכטאג קעגן די פארטריקאנער און מעקסיקאנער זאלצערס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2011 18:39 לינק ישיר 

דער לייכטאג איז זייער אנגעווייטאגט אז מען רעכנט זיך נישט מיט זיינס א ווארט, נאכדערצו אז מען האט מבער געווען זיין דרשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2011 16:48 לינק ישיר 

מיינט דאס אז הרב לייכטאג איז יא גאנץ אן ערנסטער יונגערמאן, און ער לאזט זיך נישט פארפירן (ער איז נישט ״אזא״ אויבער חכם) ?!........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2011 16:47 לינק ישיר 

ויקץ ויחלום שנית!
האסט פארגעסן ארויף צו לייגן דעם לעיבל "געבאקן נאך פסח".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ראיאטן אין ב"פ: לייכטאג אסר'ט מעקסיקא שחיטה אין זיין בוטשער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext