בית פורומים אידישע געדאנק

עפטער שאק'ס פון אריזאנע מצות דורכפאל: פרישע 'קול סאטמאר' ארוינענאל אין בלאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2011 19:03 לינק ישיר 
עפטער שאק'ס פון אריזאנע מצות דורכפאל: פרישע 'קול סאטמאר' ארוינענאל אין בלאט

בעסער שפעטער ווי איידער קיינמאל.  שמואל ווידער האט זיך דערזען די אריזאנע מצות נידערלאגע, די סאטמארער ביילאגע ווי סאטמאר וואקסט און בליעט, מ'בויעט בנינים, מ'קען נישט נאכקומען דעם וואוקס, אין די זעלבע צייט וואס די אהרונים האבן נאך ניטאמאל קיין אייגענער שוהל אין וויליאמסבורג. דער עולם איז דעפרעסט אויף מיליאן, מ'איז פארנומען מיט די פאבריקאנטן פון מלבושי נשים מיט פריצות'דיגע דאסטערס וואס די שארפע אויגן האבן אויפגעפאסט. ר' אברהם לויפער האט געשניטן לעבעדיגע שטיקער פלייש, האט מען באשלאסן אז מ'גייט אפירקראצן עפעס אן אלטע געשעעניש פון יאנואר און אביסל אויפהייטערן די אימיטירטע קעלבער. און אזוי ארום איינוועגס הייבן די סעילס פון דער בלאט אין א פארשלאפענע וואך.
 
נייס מאוו שמואל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 02:00 לינק ישיר 

למעשה, ווער האט געראטעוועט די בראדוויי מצות, קען איינער ברענגען א באריכט וויאזוי זיי זענען ניצול געווארן? איך האב געזיכט אין איד, און נישט געטראפן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 01:54 לינק ישיר 

ווער פארגינט נישט? אויב ברענגט אייך דאס צוריק ראדני מיט דיין גאנצע אויבנדערמאנטע ליסטע, כל הכבוד, געב ארויס יעדע וואך א ביילאגע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 01:44 לינק ישיר 

איר זענט פאלנע זאלי סעלפישע אומפארגינער!!!, מיר האבן פארלוירן ראדני, מיר האבן פארלוירן די מוסדות, מיר האבן פארלוירן יודעלע וויינשטאק, מיר האבן פארלוירן באראש, מיר האבן פארלוירן ר' יונה האלפערט, מיר האבן פארלוירן אביש וויינבערגער, מיר האבן פארלוירן דעם ברך משה, מיר האבן פארלוירן ר' חיים אביגדור קאהן, מיר האבן פארלוירן דאס הויז פון ברך משה, מיר האבן פארלוירן די געזאלצענע מצות בעקערי פון בראדוויי, מיר האבן פארלוירן ר' חזקי ראזענבערג, אלעס אלעס האבן מיר פאלוירן, און אצינד ווען מען האט זיך דערוויסט פון ענקער וויסטן דורכפאל מיטן פלאמבער פון לונג איילאנד, (איר וויסט דאך, דאס איז דארט ווי דער רבי האט מקפיד געווען צו נעמען ווייץ) און מיר דערביטערטע אהרונים פראבירן זיך צו דערקוויקן אינזער צובראכן הארץ, און מאכן צוויי קליינע ביי-לאגעס אין בלאט, צו דערהייבן אונזער צובראכענעם מוט, פארגינט איר אונז אויך נישט, שעמטס אייך!!! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 00:59 לינק ישיר 

הייסט עס ווייל די זאליס האבן פארקויפט חמץ שעבר עליו הפסח האט דער בלאט געדארפט ארויסגעבן נאך א קול סאטמאר באלייגע און איבערדרוקן די זעלבע בויך איבלענישן ווי די פאריגע וואכעדיגע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 00:57 לינק ישיר 

אוטערעסאנט אז אריזאנע מצות פון קר"י איז דא צו באקומען ביי ראקלענד קוישער אויפן שעלוו, דאס איז שוין נאכן מעסס מארקעטיג קאמפיין

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 00:22 לינק ישיר 

אינטרעסאנט! היינט אין דבר יום ביומו איז אפיר געקומען צו פארקויפן מצות פון בראדוויי, זעט אויס אז בין לאדין האט געהאט באהאלטן די בראדוויי מצות ביז ס'איז געווארן א נאנגל, און אצינד האבן עס די אמעריקאנע נעווי סיעלס געטראפן און צוריק געברענגט, אזא פנים האט די זאליס פראפעגאנדע אז מען האט צוכאפט זייערע מצות, למעשה איז דאס א ערענסטע שאלה צו מען מעג דאס נוצן ווייל לפי רוב שיטות איז דאס חמץ שעבר עליו הפסח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 23:03 לינק ישיר 

נעבעך, זיי לעבן נאך אין עולם הדמיון אז איינער דערשרעקט זיך ווען דער בלאט באוואשט איינעם אדער אפילו ווען זייער הויפט בעל דמיון וויינט שלשה רועה בקר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 22:32 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 22:29 לינק ישיר 

Der Blatt Kol Satmar Bielage on Bes Din Mishpat Shulim * id="doc_37918" name="doc_37918" height="600" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" > <*

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 17:49 לינק ישיר 

אזוי אויך צייגט עס ווי די ארונים קויפן נישט קיין מצות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 17:00 לינק ישיר 

חסורי מחסרא והכי קתני:

אזוי אויך צייגט עס ווי זאליס קויפן מצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 09:43 לינק ישיר 

אזוי אויך צייגט עס ווי דער עולם קויפט מצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 09:30 לינק ישיר 

די בילדער ערב פסח זאגט אז ס'עקזעסטירט נאך זאליס אויף דער וועלט, גארנישט מער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 08:29 לינק ישיר 

סקאטמאלען די בילדער פון ערב פסח מצות זאגן אנדערש ווי דיר, אזוי אויך די צענדליגע אדווערטייזמענטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2011 07:10 לינק ישיר 

דזשיגאן כתב:
לויט דיין השערה, גייט זיך דאס אזוי איינגלידערן ווי דער איסור פון די אהרונים אויפן נייעם זאל אין קרית יואל, צי נאך שטערקער?...


דו"ק ותשכח, אין מיינע פארגאנגענע תגובות בנוגע די בני יואל זאל וועט איר זעהן אז כאשר פתר אותו כן הי', איך האמיך אפילו ארומגעקריגט מיט די אהרונים דערוועגן, דו"ק ותשכח,

דאס מיינט איך האב א גאנץ א גוטער טרעק-רעקארד מיט השערות...

די זעלביגע דא לענינינו, יעדער איינציגער דיין אדער רב וואס האט זיך אריינגעטון אין דעם ענין, אפי' רבנים וואס האבן גאנץ קנאפע סימפאטיע צו ר' אהרן, זאגן כולם כאחד אז די אריזאנע ווייץ איז א דבר מהודר, און דער זאלץ שערוריא איז באזירט אויף שקרים נגד המציאות אדער חסידישע פוליטיק נגיעות,

אויסער דעם וואס די זאליס האבן זיך לעתיד פארשווארצט דעם פנים מיט דעם, ווען פילע נייטראלע רבנים זענען געקומען צו א הכרה אז די זאלי פארטיי איז קאראפטירט, און וויפיל עטס זאלטס פרובירן צו אלעס ארויפווארפן אויף לויפער, ארבעט עס נישט, יעדער קינד און קייט ווייסט אז דער זאלץ שערוריא איז געטריבן פון קהל הזלונים,

גלייבטס מיר, אז ר' אהרן ט"ב לאכט א גוטס פון די גאנץ זאלץ מעשה, ער זעהט זיך צו במו עיניו ווי זיינע שונאים לייגן זיך זעלבסט צוגרונד, מיטן גיין מיט קאפ אין וואנט אריין און זיך פארטשעפען מיט די גאנצע וועלט,

פארדעם הערט מען נישט פון עהמען און נישט פון דער בלאט, זיי לאכן א גוטס, גלייבטס מיר אז דאס איז דער מצב,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עפטער שאק'ס פון אריזאנע מצות דורכפאל: פרישע 'קול סאטמאר' ארוינענאל אין בלאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext