בית פורומים כל העולם כולו

הודו לה': זאלי פאלירען ווידער ביהמ"ד החדש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2011 00:13 לינק ישיר 
הודו לה': זאלי פאלירען ווידער ביהמ"ד החדש

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו.

די זאליס האבן ווידער געכאפט א מעכטיגע מפלה, ווען זיי האבן ווידער פארלוירען זייער פארזיך צוריק צו פארכאפען די ביהמ"ד החדש אויף ווילסאן סט.

דאס איז נאך זייער איינרעדעניש פאר זייער קעלבעלעך אז די פייער דיפארמענט לאזט זיי נאך נישט אריין...

און ווען מען גייט אדורך שטינקט פון פייער, אזש מען קען נישט דורך גיין די גאנצע גאס, נאר מיט א נאז קליפ...

און צוליב דעם זענען די זאליס פאר יאר שבועות געווען אינדעראויסן, די זעלביגע די בזיונות נוראות פון סוכות, און מיט די זאלי גראסערי פאר פסח, אלעס איז וועגן די פייער...

ליינט אין דער בלאט ווי עס איז באריכטעט מיט אלע טעמים.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 01:46 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 01:42 לינק ישיר 

און יעצט פיר אויס טראק, ר' אהרן טייטלבוים גייט דארט פירן דעם יארצייט טיש מוצאי שבת, שטימט? און וואס הייסט ווידער פארלוירן? זיי האבן דאך עס שוין פארלוירן ביי די בי.עס.עי. נאך יאנואר, ווען דער פסק פון נעסוי קאנטי איז ארויסגעקומען, ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 00:32 לינק ישיר 

מענטשן ווינדערן זיך היתכן אז בית דין בישראל משפט שלום זאל מאכן אזא מין נידערגער פורים שפיל
נאר ס'איז נישט קיין שום חידוש פאר די בית דין

שמעון מאיר לאנדא שר"י האט אויף געשטעלט א משפחה מפורסמת פין נואפים רח"ל
זלמן לייב ראזנבערגער האט מען זיך פאריאר געווארפן די שפיצלעך ביים ציון פין די יארצייט פין זיין טאטען ר' פרץ ז"ל

די רשעים זענען די נידערגסטע סארט וואס נאר אין רינשטאק קען מען זיי געפינען

אינז דארף מען דאנקען דעם בורא כל עולמים מיט שם ומלכות 100 מאל א טאג אז אינז האמיר מיט די אינזעקטן נישט קיין שייכות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2011 00:15 לינק ישיר 

איינער האט שוין געפענט אן אשכול דערוועגן, אבער אזי ווי די קעפל דערפון איז נישט צום זאך, מען פארשטייט נישט דערפון פון וואס מען רעדט, האב איך נישט באמערקט אז עס איז שוין דא אן אשכול.

וועל איך דא אריין לייגן זייינע ווערטער

נישט קיין ברעקינג!! עכט איז די  מעשה געווען אין יאנוואר. ערשט איצטערט האבען  זיך די ארונים דערוויסט ווי נאנט די זאליס זענען שוין געשטאנען צו אזא מעכטיגען נצחון. די מעשה איז געווען ווי פאלגענד. גאנץ אנפאנג פונעם פייט האט יצחק רז"ב פראבירט אפצוקויפען דעם מארגידזש פון דיים סעיווינגס באנק בימים ההם האבען די זאליס - (חיים יושע באבא"ד) אפגעקויפט דעם לאוין אינטערען נאמען בעדפארד קאר. ראס קארפ. איצט האבען זיי פראבירט צו פארקלאויזען די פראפערטי זענען זיי געגאנגען מיקלאמפערשט צו בי"ד משפט שלום און אויסגעארבעט א פארטיגען דיעל אז דער לאוינער - לאמיר אים אנרופען חיים יוסף נידערמאן - (ער איז די סיינער אויף די קאפערעשען) וועט צונעמען די בנינים פון די נייע שיל, ראדני, און קיעפ סט. פאר זיין הלואה פון נישטיגע 2.9 מיליאן דאלער,פלאס אינטרעסט און דערנאך האבען זיי דאס בלויז געדארפט באשטעטיגען אין קארט זענען זיי געגאנגען אין נעסאוי קאוינטי קארט ווי דער לאוינער איז מיקלאמפערשט געבעיסט, און דארוט געפיילט דעם קלעים צו באשטעטיגען דעם פסק בי"ד אויף וואס ביידע צדדים האבען מסכים געווען וואס דאס איז געווענליך נאך א פארמאלע פראצעדור. און נעסאוי קאוינטי האבען זיי געהאט 2 מעלות איינס די דזשאדזשעס דארט זענען נישט באהאווענט און די תהלוכות הקהילה - ס'מיינט זיי קענען נאכנישט אינזערע אלע דרעק ווי די קינגס קאוינטי ריכטער און צווייטענס די ארונים וועלען נישט קענען פארלויפען דעם וועג. אבער דא האט זיך אריינגעמישט מעשה שטן און די דזשאדזשקע איז עפעס בייגעפאלען צו גריבלען און סורטשען און זי איז געקומען אויף די שפירען אז דאס איז אלטע דרעק ווואס מ'פראבירט דא צו פארשלייערען און זי האט זיי ארויסגעטראסקעט מיט די גאנצע מעשה.
די זאליס האבען אויפען משפט שלום פסק פארטוישט אלע נעמען צו מיקלאמערשט אידישע נעמען וו. צ. ב. ש. פון חיים יאקאבאווישט איז געווארען יודא לעיזער דזשעיקאבס. און די פארשאלטענע גויטע האט אליין אויסגעפיגערט דעם פאזעל. וועלכער נאמען גענערט צו וועלכען מענטש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הודו לה': זאלי פאלירען ווידער ביהמ"ד החדש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext