בית פורומים אידישע געדאנק

וויכטיגע מעלדונג • נייע תקנה אויפ'ן פארום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2011 19:10 לינק ישיר 
וויכטיגע מעלדונג • נייע תקנה אויפ'ן פארום

די הנהלה פון 'אידישע געדאנק' האט די נאכט ערהאלטן — אינאיינעם מיט די אנדערע מנהלים און אנפירער פון אידישע צייטונגען און בילדער מאגאזינען — א בריוו פון בית כ"ק האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, אונטערגעשריבן פערזענליך פון משב"ק הר"ר שמואל טייטלבוים, וואו מען בעט בכל לשון של בקשה צו ערפילן דעם רצון און באגער פון כ"ק האדמו"ר שליט"א נישט צו פארעפענטליכן זיינע בילדער וויבאלד דאס איז למורת רוחו.

אין ליכט פון דער בקשה, וכדי לכבד את רצון קדשו פון א מנהיג ישראל, טוט די הנהלה מעלדן א נייע תקנת המקום, און עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו פאוסטן אויף דעם פארום קיין שום בילדער פון האדמו"ר מסאטמאר באיזה צורה ואופן שיהי'.

די הנהלה וועט מהיום והלאה שטרענג פארסירן די נייע תקנה. א ניק וואס וועט דערויף עובר זיין וועט אויסשטיין צו פארלירן רשות כתיבה אויף אייביג.

המהדרין
בשם די הנהלה





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2011 01:56 לינק ישיר 

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2011 10:55 לינק ישיר 

בהודאה על העבר ובבקשה על העתיד, שטייענדיג ביי די ענדע פון די וואך דארף מען זיך באדאנקען פאר די צענדליגער בעלי בתים און רעדאקטאר'ס פון די פילע צייטונגען און בילדער-מאגאזינען כאו"א בשמו יבורך פארן זיך צושטעלן צו די קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א און נישט אריינגעשטעלט קיין שום בילד\ער פונעם רבין שליט"א הן פון יו"ט פסח און הן פון די הילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לעשות רצון צדיק, תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום זענען ווייטער אויפגעפאדערט און וועלן בעז"ה ווייטער שטיין אויף א שטרענגע וואך אז רצון קדשו פון רבי'ן שליט"א זאל פולקאם אויסגעפאלגט ווערן, ולה' הישועה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 22:49 לינק ישיר 

די גאנצע וועלט איז אויף מיט דעם. און עס ווייסט שוין יעדער היינט אז סאטמארער חסידים זענען פעסט אנטשלאסן צו אויספירן רבינו שליט"א'ס הייליגער רצון - קיין בילדער פון כ"ק מרן אדמו"ר עטת"ר מסאטמאר שליט"א וועלן מער נישט געזען ווערן אין די אידישע צייטונגען און מאגאזינען בעזרת ה'! לקיים רצון צדיק





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 22:44 לינק ישיר 

אוודאי זענען זיי צעמישט און צעשאקלט פון אזא ערנסטע שריט פון רבי'ן, וואס צייגט אויף א פנימיות'דיגער אצילות דקדושה פון א מנהיג ישראל !


דער רבי ווייסט זייער גוט אין וואספארא וועלט ער לעבט, און אין וועלכן דור עוקש פון בילדער און ווידיאו ער געפינט זיך. ער ווייסט גאנץ זיכער אז די וועלט איז משוגע צודרייט היינטיגע צייטן, און 'כבוד' באקומט מען אויף די שער בלעטער פון בילדער מאגאזינען און צייטונגען. אבער דאך לאזט אים נישט זיינע געפילן דאס צוצולאזן.

א סעמפל פון א נארמאלער מענטש און גראדער מהלך המחשבה. ס'איז ביי אים אזוי אפגעפרעגט אז ער וועט דאס נישט אנערקענען אפילו די יוגענט ברויך אזאנס היינטיגע צייטן. נישט פאר בילדער געכאפעריי זיצט ער אויפן בענקל פון הנהגה.

אשרינו! וואויל איז אונז צו האבן אזא אויסדערוועלטן רבי'ן וועלכע איז נישט געכאפט אין דער משוגעת פון בילדער, וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2011 22:21 לינק ישיר 

די ארוינים זענען צעשאסן אויף מיליאן. ווי עס שיינט איז נאך נישט געקומען קיין אפיציעלער באשלוס פון די הויכע פענסטער וויאזוי די רעאקציע זאל זיין.
 
די היסטארישע שריט האט צעווארפן אסאך קארטן, זיי האבן זיך דערויף נישט געראכטן. ס'איז אויף די קארפן קעפ געפאלן ווי א באמבע, און יעדער מבין פארשטייט פארוואס..
 
און דעריבער איז די צעמישעניש אויף די העכסטע אקטאוון. איינער זאגט אז ס'מיינט גארנישט, דער צווייטער זאגט אז דער ערשטער איז א זאלי, דער פערטער איז שוין מער ראפינירט, מאכט ער נאך א בריוו פון שמואל, און מיט אזא גלייכגילטיגע רשעות שניידט ער אריין אין זיבעטן ריפ אריין מיט'ן אים געבן דעם מיאוס'ן צונאמען 'קאמפאוט' און דארט מאכט ער פונעם גאנצן בריוו ליצי ליצנות, אזש זיך צו פאסמאקאווען. כ'בין זיכער אז אויב ר' שמואל ווייסט ווען פאראויס דערפון, וואלט ער זיכער נישט ארויסגעגעבן דעם בריוו....
 
א פערטער שעלט סתם אריין אן קיין דיפלאמאטיע, זאגט קלאר אז ער האלט עס נישט אויס און די מאגן דרייט זיך, און דער פיפטער לייגט א בילד פון א פריוואטע וואך-נאכט ביים סיגוט'ער רב אינדערהיים, ווי צו זאגן אז פאר דעם לאזט מען נישט לייגן קיין בילדער..
 
על כל פנים, ארוינים טייערע, די גאנצע רעאקציע איז שרעקליך צעלאזט, ס'עפנט זיך יעדע מינוט א פרישע אשכול, אלעס ווייל קיינעם גייט גארנישט אן וואס דער לוזער מהרז"ל טוט, מ'קוקט נאר אויף זיך און די טריפה'נע דאסטערס.
 
ס'קוקט עפעס אויס מורא'דיג נעבעכדיג פאר א פרעמדן מענטש, וואס פארשטייט אינגאנצן נישט על מה יצא הקצף. אלזא, איך אויף אייער פלאץ, וואלט קודם זיך צונויפגעשמועסט מיט אלע חברים שרייבערס, זען וואס די רעאקציע איז, אדער כאטש עכ"פ אליינס צוזאמגענומען דעם אייגענעם קאפ וויסן וואס מ'וויל, און ערשט דערנאך געקומען מיט א קנאקעדיגן ענטפער, וואס וועט איבערלאזן די זאליס צעשפלעטערט און צעשאסן.
 
פאלגט א גוטן פריינט, איר קוקט אויס זייער נישט גוט. איר וועט מיר נאר דאנקבאר זיין
 
דאנקע שיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2011 15:53 לינק ישיר 

דאס איז זיכער אן היסטארישע שריט פון רבינו שליט"א, אפצושטעלן די ביליגע געיעג נאך די בילדער פובליקאציעס וואס זענען שוין ארויס פון יעדן גבול! און מיר אלס תלמידים וחסידים וועלן זיך צושטעלן בכל הכח צו פארזיכערן אז רצון קדשו ווערט אויסגעפירט עד הסוף


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2011 04:07 לינק ישיר 

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2011 04:01 לינק ישיר 

איך הער אז איינע פון די בילדער אויסגאבעס אין וועלכע עטליכע פרחי עסקני סאטמאר זענען געווען פארמישט האט אפיציעל געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט שטעלן קיין בילדער פון רבין.

ממנו ילמדו וכן יעשו! תלמידי וחסידי סאטמאר פון אומעטום וועלן שטיין על המשמר אז רצון קדשו פון מרן רבינו שליט"א זאל ערפילט ווערן בכל התוקף און וועלן נעמען די פאסיגע שריט דאס שטרענג צו פארסירען.

תוקן על ידי טאטעלע ב- 04/05/2011 04:07:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2011 03:54 לינק ישיר 


_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 21:44 לינק ישיר 

 
איך פארשטיי דעם רבי'ן זייער שטארק, ס'איז אסאך מאל א גרויל צו זעהן די בילדער מאגאזינען ווי ס'ליגן אויסגעלייגט אויף די פוליצעס אויפן גאס, פאר יעדער פארבייגייער, ריזיגע אויפגעבלאזענע בילדער פון פנימ'ער פון רבי'ס, אזש מ'קען אריין זעהן און די נאז לאך, ס'איז א פחיתת הכבוד און א אינוועיזשן אוו פרייוועסי, אויסערדעם וואס בילדער איז קעגן די הדרכה פון רבותינו

אפי' ס'האט ווען גארנישט מיט אידישקייט, האט א מענטש די רעכט צו פארלאנגן נישט צו מפרסם זיין זיין אייגענע צורה, אזויפיל ווארט מעג נאך א מענטש האבן אויף זיין אייגן גוף, און לפענ"ד איז עס א פשוט'ער מענטשליכקייט צו רעספעקטירן אזא סארט רצון,

איך פערזענליך, האב קיינמאל געקענט פארשטיין וויזוי איינער קען שפענדן איין פעני פאר בילדער פון לעבעדיגע מענטשן, ס'איז א קינדישעקייט


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 03/05/2011 21:54:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 20:12 לינק ישיר 

פאלגענד ברענג איך א דעטאלירטער באריכט פאר די וואס ווילן וויסן וואס ס'האט געברענגט צו דער ערנסטער ווינט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אפצושטעלן די בילדער פראפאגאנדע פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א פאר יעדן פרייז.  

פארגאנגענעם מוצאי שב"ק אויפדערנאכט, בהתאסף ראשי עם, ביי די גרויסארטיגע יארצייט סעודה להילולת מרן רבינו בעל ברך משה זצוק"ל, וואו עס האבן אנטייל גענומען טויזענטער אנשי שלומינו ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, צו פראווען די יומא דהילולא תחת צילא דמהימנותא פון בנו חביבו וממלא מקומו כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, זענען טויזענטער אידן זענען געזיצן אויף די פלעצער ביז אין די שפעטע נאכט שעות, וואו עס זענען געהערט געווארן דרשות במשנתו פון דעם בעל הילולא.

דער קלימאקס איז בלי ספק געווען די פייערדיגע דברות קודש וואס מרן רבינו שליט"א האט משמיע געווען באותו מעמד. חסידים זאגן אז זיי דענקן נישט אין די פארגאנגענהייט דער רבי זאל רעדן אויף אזא שטייגער, מ'האט געזען ווי די ענינים אין וועלכן ער האט ארומגערעדט איז נוגע בציפור נפשו, און איז אנטשלאסן דאס צו באקעמפן ביזן סוף להעמיד הדת על תילה.

דער רבי האט קודם כל מעלה געווען זכרונו הבהיר פון טאטן ז"ל, און דערנאך אנגעהויבן מיט די פייערדיגע דברי מוסר. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט דעם אז ער האט שוין כמה פעמים גערעדט דערפון, אבער יעצט וויל ער דאס נאכאמאל מעורר זיין, און דאס איז דער נגע פון די אידישע ליין מאטריאל. דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי שטארק דאס שוואכט אפ אונזערע דורות, מיט דעם אז דער שרייבער אדער ארויסגעבער פון דעם צייטונג איז אנגעפילט מיט גוי'אישקייט, און דער פירט דאס ווייטער אריבער צו דעם יוגענט, און קיין גרויס יראת שמים קען מען דארט נישט שעפן. 

דער רבי האט ברייט ארומגערעדט דער ענין און געגעבן פאר די טויזנטער אנ"ש צו פארשטיין אז די היינטצייטיגע אידישע מאגאזינען, און נייעס טעלעפאן ליניעס, זענען שעדליך ביז גאר פאר דער ריינער חינוך פון אונזערע קינדער על בנינו ועל דורותינו. די יוגענט ליינט זיך אן און הערט זיך אן מיט כל מיני הבלים און גואישקייטן, וואס שלעפט שטארק אראפ דאס אידישע תמימות און ערליכקייט. 

דא האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט רעדן וועגן "אן ענין וואס איז נוגע מיר אליינס". דער רבי האט מעומק לבו בארירט דער ענין פון די היינטצייטיגע בילדער עפידימיע, וויאזוי דאס האט פון בלויז "רבישע בילדער" צוגעברענגט צו א טאטאלע בילדער דרוקעריי פון אלע גואישקייטן פון די וועלטליכע גאס.

"נוצט מען מיר, בילדער פון מיר און פון מיינע דרשות און בילדער פון צוזאמענקונפטן, אויף צו קענען אויך דרוקן גואישע בילדער" האט דער רבי שליט"א באטאנט. בכלל איז בילדער געווען א דבר מאוס ביי ערליכע אידן אין אלע צייטן, כל שכן וכל שכן צו נוצן היימישע בילדער אויף צו אריינברענגן צווישן אונז די גאנצע גוי'אישע גאס און אירע איבלען.

מיט א צער האט דער רבי געזאגט "איך ווייס נישט ווער זיי זענען, איך וויל זיי אבער זאגן דא, איר זענט מיר מבזה און איך קען אייך דאס נישט מוחל זיין". דער רבי האט שטארק כאראקטעריזירט זיין ווייטאג פרענגענדיג ברבים "איך מיין אז עס איז נישטא איין איד דא אין בית המדרש וואס זאל זאגן אז ער איז גרייט מען זאל אים נוצן פאר א מיטל צו מאכן אן התבוללות מיט די אלע גויאישקייטן".

דעריבער האט דער רבי געבעטן מעומק לב טהור "איך וויל בעטן דא אז ווער עס האט אן השפעה זאל זען דאס זאל זיך אפשטעלן".

(דאס איז, אגב, נישט דאס ערשטע מאל וואס דער רבי שליט"א איז אזוי מגנה דעם היינטצייטיגע משוגעת פון ברייט פארשפרייטן רבי'שע בילדער. עס איז וואויל באקאנט פאר אלעמען דעם פארבאט וואס דער רבי האט געגעבן שוין מיט יארן צוריק פאר די רעדאקציע פון "דער איד" - אלס זיינע לאיאלע שטיצער -  אז זיי זאלן בשום אופן נישט לייגן קיין בילדער פון אים, בכל אופן וצורה שהוא, ופקודתו שמרה רוחם מאז ועד עתה. ולשבחם ייאמר אז זיי האלטן זיך צו די תקנה אונטער אלע אומשטענדן. טראץ וואס היינט איז א וועלט פון בילדער און גראפיקס, און דער נסיון איז אסאך מאל זייער גרויס כמובן, אבער זיי האלטן דאס פעלזן פעסט לעשות רצון צדיק ולקיים את פקודתו בקודש).

*

אין ליכט פון דעם האט דער משמש בקודש הרב שמואל טייטלבוים שליט"א געשריבן און ארויסגעשיקט א בריוו צו אלע אידישע צייטונגען, מאגאזינען און מידיא אינסטאנצן, אז לאור רצון צדיק מרן רבינו שליט"א זאל מען אויפהערן לייגן בילדער פון רבינו שליט"א. 

אלס געטרייער לייענער און שרייבער אויף "אידישע געדאנק" פון ערשטן טאג פון איר עפענונג, טו איך טאקע דא באגריסן דעם מנהל און די הנהלה פאר נעמען באלדיגע שריט און איינפירן די תקנה דא אויפ'ן פארום נישט צו פאוסטן פיקטשערס פון רבי'ן, צו וואס יעדער וועט זיך אוודאי צושטעלן. תחזקנה ידיכם!

חסידי סאטמאר זענען אנטשלאסן אפצוהיטן דעם רבי'נס ווארט הייליג און טייער. לויט ווי איך הער האבן די בילדער מאגאזינען וואס געפינען זיך אויף די מארקעט באלד ערהאלטן א טעלעפאן רוף זונטאג אינדערפרי פון די פרחי עסקנים, וואס האבן ביז היינט געטון אין דעם געביט פון בילדער, אז לאור הוראת רבם וועלן זיי מער נישט צושטעלן קיין בילדער פון רבי'ן שליט"א, און דער גאנצער בילדער קאנצעפט וועט מער נישט אקצעפטירט ווערן ביי חסידי סאטמאר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2011 19:15 לינק ישיר 
דער בריוו פון סאטמארער רבי'נס גבאי וואס איז ערהאלטן געווארן אין אלע אידישע מידיא אגענטורן



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/05/2011 21:53:42





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויכטיגע מעלדונג • נייע תקנה אויפ'ן פארום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext