נשלח ב-4/5/2011 06:08
שרעקעדיג: אלעמען באקאנטע דרייווער 'פרענקי' פארשוואונדן א שרעק הערשט ביים היימישע ציבור און וויליאמסבורג בארא פארק באס פאסאזשירן / דרייווערס בפרט נאך וואס עס איס היינט באקאנט געווארן אז איינע פון די דרייווערס איז מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן. יעדער וואס איז שוין אמאל געפארן מיט די וויליאמסבורג - בארא פארק באסעס ווייסט צי זאגן איבער דעם לאנג יעריגע דרייווער ר' אפרים טעמפעלבערג באקאנט אלץ 'פרענקי'. דער דרייווער איז צום לעצטן מאל געזעהן געווארן נעכטן מאנטיג נאכמיטאג ארום 2 נאכמיטאג פארנט פון זיין הויז אין בארא פארק. א זיכעניש איז אונטערגענומען אים צי טרעפן און ווי פארשטענדליך האט מען אים פראבירט צי ריפן אויפן סעלפאן אבער עס איז נישט געענפערט געווארן. א ציטער האט ארומגענומען היינט אלע עסקנים ווען די סעלפאן פירמע האט איבערגעגעבן די שרעקעדיגע נייעס אז זייט ער איז געזעהן געווארן דאס לעצטע מאל איז נישט ארויס פון זיין טעלעפאן קיין איין טעלעפאן קאל, דאס ווייזט אז ער האט נישט געריפן פאר הילף אדער סיי וועם.
_________________
נשלח ב-5/5/2011 04:14
ימים ידברו.
_________________
נשלח ב-5/5/2011 03:55
עפעס איז זייער פישי מיט די גאנצע מעשה . מען האט אים געטראפן אין בארא פארק נישט ערגעטץ ווייט אוועק . שיכער ? שלאפן ? ליגען ? וואקן ? קיינער האט נישט קיין שום אינפארמאציע . וואס מיינט דאס...!! ?
_________________
נשלח ב-5/5/2011 02:11
מלך_מלכים כתב: איינער ווייסט עפעס מער איפארמעישן וואס איז פארגעגאנגען?
_________________
נשלח ב-4/5/2011 19:13
סקאטמאלען כתב: ווער איז דאס? דער דארער לאנגער, גרוי-האריגער, איזרעלי?
_________________
_________________
נשלח ב-4/5/2011 19:10
איינער ווייסט עפעס מער איפארמעישן וואס איז פארגעגאנגען?
_________________
נשלח ב-4/5/2011 19:10
ווער איז דאס? דער דארער לאנגער, גרוי-האריגער, איזרעלי?
_________________
נשלח ב-4/5/2011 19:06
מ'האט אים געפינען אין בארא פארק בערך 11:45 ביי 12טע עוועניו און 49סטע סטריט אין א יארד נעבן א טוי געשעפט. ער איז יעצט אויפן וועג צום שפיטאל.
תוקן על ידי סאטמאר_ישן ב- 04/05/2011 19:08:42
תוקן על ידי סאטמאר_ישן ב- 04/05/2011 19:09:41
תוקן על ידי סאטמאר_ישן ב- 04/05/2011 19:10:11
נשלח ב-4/5/2011 09:11
אפדעיט: ווי מען הערט האט מען געטראפן זיין סעלפאן יעצט אין די נאכט שעה'ן, פארשידענע קוועלער זאגן אז מען האט עס געטראפן ביי אים אינדערהיים וואס איז בכלל אונטערסאנט ווייל זייענדיג דער מענעדזשער ביי דעם באס קאמפעני פלעגט ער אלץ טראגן מיט זיך זיין פאון. עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלע קאמאנד צענטער פון ווי די זיכעניש ווערט געפירט דורך צענדליגע שומרים און הצלה וואלאנטירן. ווי א מינוט עס גייט דורך שתיסן זיך מער און מער מענטשן אן אונעם זיכעניש.
_________________
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.