תולדות אברהם יצחק רעבינס קינדער - מיטן ציוניסטישן פאן - עת לעשות לה' הפרו תורותיך
געקומען בעטן געלט פונעם אגודיסטישן "סגן שר החינוך" מנחם אליעז מוזס
נשלח ב-6/5/2011 20:29
נאך אלץ מער אויס געהאלטן ווי זיך חנפ'ענען אויף העברעאיש צו די אויסגעלאסענע ספרדישע נשים פון דיעל , ניו דזשערסי.
_________________
נשלח ב-6/5/2011 20:27
דער הייליגער דברי יואל זי''ע האט זיך געטראפן מיט'ן מזרחיסטישן מימון דער הייליגער ברך משה זי''ע האט זיך געטראפן מיט'ן מזרחיסטישן בורג דער הייליגער רבי משה ארי' פריינד זצ'ל איז געפארן פון ירושלים קיין בני ברק צו די אגודה-וויזניצע חתונות אפילו ער איז נישט געווען קיין שום קרוב און אזוי האמיר א לאנגע רשימה.
_________________
נשלח ב-6/5/2011 20:22
דערווייל איז מאזעס'ס קרייז געגאנגען צו דין תורה בשעת א סכסוך , און נישט צום טריפה'נעם בג''ץ.
לעומת זה , די קריטיקער און זייערע שטיצער , מחפים אד''ג , זענען כולו בלאף און אפגע'חתמ'ט אלס בג''צניקעס.
מוזס איז דאך א איש קדוש, זיינע מעשיות פארקויפט מען פאר די יונגווארג אינעם פיפטן חלק פון משה היה רועה,
נשלח ב-6/5/2011 02:08
זשיגאן האט צאם געלאכט מיט חברי הכנסת לייזערזאהן אין דעמאלס האט מען געזאגט אז ער האט א היתר פין די לישקע קישקע
קען זיין זיי האבן אויכט
גיי ווייס
נשלח ב-6/5/2011 01:34
קאמיש איז אז ער האלט אין די האנט א ביכעלע, וואס ענדעלט שטארק צו א טשעק בוך, אין ער האלט אויך א פעדער אין עס קוקט אויס ווי ער שרייבט א טשעק, וואס זאל מען טון אז אזוי קוקט אויס?
_________________
נשלח ב-5/5/2011 22:33
ס'דא א בילד.... די בילד קען מען נאר זעהן נישט הערן יעצט קענען די תולדות אהרן חסידים פארקויפן וואס מען וויל אז מען זעהט אויף דעם בילד.... עס קען דאך נישט זיין אז זיי קומען שתדל'ן וועגן די נייע וועג פאר די כהנים ווייל די תולדות אהרן רבי האלט דאך אז כהנים מעגן גיין (איי די ארון....)
וואס איז יא קאמיש צו באמערקן איז ווי תולדות אהרן האט דאס מאל געדראפט שמידל, אדער ווי שמידל האט געדראפט תולדות אהרן..... אין לויפט מיט די ווינט פין תולדות אברהם יצחק....