| נשלח ב-5/5/2011 19:50 |
|
| |
מהרז''ל: ככל הגוים בית ישראל
אין פאוני בעלאוני מהרז''ל'ס יארצייט דרשה געדרוקט אין ''איד'' , באקלאגט זיך מהרז''ל: אז דורכ'ן דרוקן ''זיין'' הייליגען פרצוף אדער פון אנדערע אדמורי''ם מיט גויאישע בילדער אין איין אויסגאבע , איז מען מערב קודש מיט חול , און מען מאכט ''ככל הגוים בית ישראל''.
שקר מיט צביעות געקניפט און געבינדן.
אין זעלבען ''איד'' פון פרשת אמור וואו מען האט געדרוקט צענדליגער בילדער פון רבנים ואדמורי''ם פון דאהי און אר''י , זענען דא פיל מיט גויאישע בילדער.
אויף זייט 5 אין ''איד'' זעהט א בילד וויאזוי אין ''טיימס סקווער'' (קודש הקדשים פון מאנהעטן) האט מען געפייערט בין לאדינ'ס טויט.
בלויז פאר'ן דרוקן אין א אידישע צייטוונג , אפילו נאר איין מאל , דאס ווארט ''טיימס סקווער'' ,
וואלט דער הייליגער דברי יואל זי''ע געזאגט שובבי''ם תורות 3 חדשים אין א ציה.
בכלל איז מהרז''ל'ס גאנצע יארצייט דרשה אנגעפולט מיט טיפשות , גיאות , בלאף , כולו פאלשקייט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2011 05:20 |
|
| |
איך ליין זיין דרשה און טרעף די געוואלדיגע פירצות הדור ווי ער האקט אויפן "קול מבשר" ווען אין מוח בליצט מיר אויף אז דער מייסד איז נישט מער ווי א פרי פון די יושנה ישיבה נו נו, בנים גדלתי ורוממתי
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 20:33 |
|
| |
פארוואס איז אנגענומען ביי יעדען בחור אין קווינס ישיבה , אז יעדער כלי קודש אין די ישיבה , נישט קיין חילוק צו א ראש ישיבה , מגיד שיעור , משגיח , אד''ג האט מער יראת שמים אין די זיילן פון די שיך , ווי מהרז''ל אין גאנצן קאפ ?
וועט זיך דער קאנצעפט בייטן מיט'ן נייעם בילדער חרם?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/5/2011 00:26 |
|
| |
פון וואו וועט די וועלט וויסען מהיום והלאה , אז מהרז''ל טוט זיך אויס די ברילן אין עירפארט?
פון וואו וועט די וועלט וויסן מהיום והלאה , איבער'ן צעבראכענקייט , שפלות , און ענוה פון מהרז''ל?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2011 23:03 |
|
| |
זאג נאר , ''טיימס סקווער'' אין ''איד'' איז קודש מיט קודש , אדער קודש מיט חול?
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2011 23:00 |
|
| |
יעצט געזעהן דעם ''בלאט'' מיט בילדער , ווי רבינו שליו''ט גייט ארויף צום הייליגען אוהל.
געלעכטער , מה לי לשקר , וואס קאסט עס דען , צו זאגען אדער שרייבן א שקר?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2011 20:38 |
|
| |
איך הער די פורים בילדער וואס האט צירקעליריט פינעם עם הארץ איז געווען די טוירניק פאינט ווי דער עם הארץ האט אראפ געלייגט די פיס ער קוקט אויס אויף די בילדער ווי דער שטאט'ס נער מיט די האנט אין די הייך אין מיט א האלב אפענע אןויגן ער האט קודם געלייקענט אז ער איז עס ער איז געווען ווילד ווי א צאפ דער עם הארץ ווען ער האט זיך געטראפן אין די כל העולם כולו
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2011 20:26 |
|
| |
איך האב איצט גענדיגט קיקן בעיון רבי זאלישעלס דרשה, און יא! מר געלעכטער האט א נקידה,
מען זעט וואו רבי זאלישעל פראבירט מיט אלע כוחות זיך צו מארקטען אלס א ''קדוש''
אלס א תלמוד חכם פארשטייט זיך קען ער נישט, ווייל מען דארף דאך קענען לערנען,
אבער אלס א קדוש דארף מען גארנישט קענען, נאר זיך אויסטאן די ברילן און לופטפעלט, און זיך איינבייגען דעם קאפ, (וואס קרימער אלס הייליגער איז מען, )
און יא, און מען טאר נישט לאזען כאפן קיין בילדער פון זיך, (נאר ביי די נעילת החג טישען וואו די ביזיונות זענען נישט אזוי שרעקליך) און ויהי לקדוש, הפלא ופלא! און וועט מען סטארשעט נאך מיט מחילה איז דאס נאך א סאך מער שרעקווערדיג, ער זעט עפעס אויס וואו א קדוש פון פארצייטענס, וואו להדיל בין טמאה לטהרה, אלף פעמים, הרה''ק רבי מיכל מזלאטשוב זי''ע אבער וואו ר' מרדכי פון נישכיזער זי''ע
או איז דער רבי זאלישעל א פעיק פאני פראד!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2011 20:14 |
|
| |
איך פארשטיי אז דו דארפסט נעבעך אויסגיסן דאס ווייטאג אז דיין רבי'נס בילדער וואלגערן זיך אין די גאסן, יעדער פאמפלעט וואס ערשיינט בחינם אין די געשעפטן פארמאגן פני צורת קדשו פון דיין עם הארץ'ל. נאר דער בלאט איז גאר פרום געווארן לעצטענס, און די וואך האבן זיי שוין בכלל נישט געלייגט קיין בילדער.
און אז דו האסט שוין יא אזוי געליינט בעיון די דרשה פון רבינו שליט"א, ליין עס איבער וועסטו זען אז ער רעדט פון זיך פערזענליך, דהיינו זיינע בילדער, אבער אז דער וויענער רב למשל לאזט נאך מ'זאל לייגן פון אים בילדער, איז דאס נישט זיין דאגה.
|
|
|
|
|