...און ביי די טיש איז געווען 18 שטריימלעך (וויפיל?)מיט נאך א 10-12 קליינע בחורים'לעך )וויפיל?) קיין איינער נישט פון די טויזענטער מאנראו בויעס, אויסער אויב 13 - 14 יעריגע בחורים לערנען שוין אין מתיבתא), ס'איז געווען פשוט א נחת רוח צו צוקיקן וואס פאר א כבוד דער רבן של ישראל האט ביי דעם גרויסן אויפנאמע טיש פון די פאליס קאמישינער,
Just to be a little bit קלארער, די ארויני פארשטייסט אז ביי א יארצייט טיש פרייטיג צונאכטס דארפן זיין טויזענטער מענטשן (און אויב נישט איז א סימן אז מ'האט נישט...) און ביי אן אויפנאמע טיש איז געניג 13 מענטשן, אונז פארשטייען אז ביי א שבת טיש איז געניג 10 מענטשן און ביי די גמ' דארפן זיין טויזענטער מענטשן. (און אויב נישט איז א סימן אז....).
אזוי? די פיקטשער איז "נישט" רינדעכיג!, צפון וואנט איז "נישט" קליין! הא? נאו וואונדער ענקער רבי לאזט נישט אריין לייגן קיין בילדער, די בילדער מאכט ענק ללעג ולקלס,
און פאר דיר פישער וויל איך זאגן, אז דו קענסט פארקויפן אז איר האט 20,000 בחורים און א מיליון סקווער פיס ישיבה, ווייל איך האב געהאט די זכי' צו זיין אין וויליאמסבורג דעם פארגאנגענעם שבת און לכבוד די יארצייט פון הייליגן ברך משה בין איך געגאנגען צום טיש פון בנו חביבו, און זיך שוין משתתף געווען ביי דעם גרויסן שלום זכר פונעם בנו חביבו של בנו חביבו פון הייליגן ברך משה (קאמפלעצירט?, איך האף אז נישט!!!) און וואס זאל איך אייך זאגן, נאך א מזל אז מען טאר שבת נישט נעמען קיין בילדער, ווייל די בזיונות וואלטן געשריגן עד לב השמים, ביי קידוש אויסער די צוויי גרינפעלד ברודער (י.וו.ג און ס.ג ) זענען געווען ביים טיש נאך 6 מענטשן, (נאך א מזל אז עס זענען נישט געווען צופיל מענטשן צו לאכן ווען דער רבי האט גענומען דאס ליידיגע גרויסן זילבערנעם וויין פלאש אן צו גיסן דעם כוס צו קידוש און והיין איננו, ווען ער האט כאטשיג דארט עפל סדר וואלט די בזיונות נישט אזוי גרויס געווען, אבער ווי געזאגט קיינער איז כמעט נישט דארט געווען צו לאכן) און ביי די פיש איז געווען 18 שטריימלעך, מיט נאך א 10-12 קליינע בחורים'לעך (קיין איינער נישט פון די טויזענטער קווינס בויעס, אויסער אויב 13 - 14 יעריגע בחורים לערנען שוין אין קווינס), ס'איז געווען פשוט א נחת רוח צו צוקיקן וואס פאר א כבוד דער רבן של ישראל האט ביי דעם גרויסן יארצייט טיש פון זיין טאטע,
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס איז קווינס ישיבה בית המדרש רינדעכיג? און פארוואס איז צפון וואנט אזוי קליין?
יא... ווייל דער בית המדרש איז נישט רינדעכיג, און צופון וואנט איז נישט אזוי קליין!
משהלע, איך גלייב נישט אז דו ווילסט הערן די נומערן: דער ריזיגער ישיבה בית המדרש איז 60,000 סקווער פיס גרויס, און האט כהיום איבער 850 זיצן פאר די תלמידים און זייערע מגידי שיעור
נשלח ב-6/5/2011 00:25
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס איז קווינס ישיבה בית המדרש רינדעכיג? און פארוואס איז צפון וואנט אזוי קליין?
נשלח ב-5/5/2011 23:34
מן הסתם איבער צוויי אלפים
נשלח ב-5/5/2011 22:46
עפלסיידער כתב:
12 יאר צוריק האט מען נישט געחלומט אפילו
באדאפעסט האט אנגעפאנגען צו באשרייבן אביסל די טעראר וואס איז דעמאלס געווען אבער ער איז געבליבן שטיין אינדערמיט
איך געדענק וויאזוי מ'האט ביים עפענוג פון דער ישיבה אין קווינס פארקויפט אז ווער עס גייט אהין לערנען וועט קיין חתן נישט קענען ווערן....
דערווייל איז די ישיבה דער גרעסטער אין די חסידישע וועלט, וואו עס דרייען זיך אדורך יערליך הונדערטער בחורים יראים ושלימים וואס שטעלן אויף שטיבער איינס נאך די אנדערע, לתפארת בית ישראל.
איינער קען אויסרעכענען וויפיל "חתנים" עס זענען שוין ארויס פון די ישיבה זינט איר ווידער-עפענונג מיט עלף יאר פריער?
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 05/05/2011 23:35:56
נשלח ב-5/5/2011 22:39
דער בילד איז נאר פון דער היכל בית המדרש גופא! ריזיג גרויס און לעכטיג פאר די הרחבת הדעת פון די בחורים וואס זיצן און לערנען.
ווער קען ברענגן בילדער פון די אנדערע טיילן פון די ישיבה'ס ריזיגע בילדינג קאמפלעקסן? האלוועיס? אפיסעס? עס-זאלן? פארלערנען צימערן? קלענערע בית המדרש? קאווע שטיבער? ארומיגע הויפן צו שעפן לופט?
אוי איז דאס א בילדינג איינס אין דער וועלט, ווי עס פאסט פאר א ישיבה איינס אין דער וועלט
נשלח ב-5/5/2011 22:20
12 יאר צוריק האט מען נישט געחלומט אפילו
באדאפעסט האט אנגעפאנגען צו באשרייבן אביסל די טעראר וואס איז דעמאלס געווען אבער ער איז געבליבן שטיין אינדערמיט