בית פורומים אידישע געדאנק

עצרת מחאה קעגן הליכה לבג"ץ אין הופפער היינט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2011 23:04 לינק ישיר 
עצרת מחאה קעגן הליכה לבג"ץ אין הופפער היינט?

פאריאר אזא צייט האבן די אהרונים באשלאסן צו פארוואנדלען דעם טאג ה' אייר אין א מאסן ליצנות, וואס שפינט זיך נאך ביזן היינטיגן טאג, כאילו דער גאנצער מדינה הציונות איז שוין בטול, דער איינציגסטער פראבלעם וואס איז נאך געבליבן איז דאס אז מכלומרשט גייען די זאלי'ס אין בג"ץ.
 
דעמאלס ביי די אסיפה איז געווען א מחזה הוד צוצוזעהן וויאזוי עס קוקט אויס ווען 'יאוש און פארלוירנקייט' זיצט ביים רעדל. פאשקעווילן זענען געפלויגן, מייקס האבן געשריגן, דרשנים האבן זיך אויסגעגארעט, גרויסע קאפי'עס פוןא מעסער אריינגעשטעקט אין דעם מזויפ'דיגן שטיקל ויואל משה האט מען ארומגעשיקט, דער האט-ליין האט אריבערגעפירט א לייוו הוק-אפ, און אפילו דער עזרת נשים איז געווען געפאקט מקצה אל הקצה. מען האט אריינגעברענגט דעם אגלי דבש מיט עמרם כהן פון קרית יואל, דער חמשה עשר רב מיט זיין דיין דער שטודירטער לייכטאג פון בארא פארק, אייזלען פון גאנץ ניו יארק רבתי.
 
עס איז קיינעם נישט געווען קיין סוד אז דער איווענט אין הופפער האט געדארפט דינען א צוויי פאכיגן ציהל; צום אלעם ערשט פארדעקן די געלונגענע דרשה וואס איז געזאגט געווארן אויף דעם זעלבן פלאץ מיט א קנאפע פאר וואכן צוריק דורכן אונטערנעט מפיץ זעלבסט. און דער עיקר צו פארטושן די קליינע מוחות מיט ספינס איבער דעם ביטערן מציאות וואס שפילט זיך אפ אין ציוניסטישן בג"ץ.
 
פון די אלע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן האט קיין איינער נישט געקענט ערקלערן פשט פון דעם עקשנות וואס דער סבלן האט נישט אונטערצושרייבן שטרי בירורין צו גיין צו א דין תורה. אויסער שרייען קאזאק הנגזל זענען קיין קלארע דיבורים נישט געהערט געווארן א חוץ דעם הארץ רייסענדן יקרבו געשריי פונעם בן הבכור, וואס איז א ריכטיגער הולך בדרכי אבות, און געשריגן מיט פאטאס "דער טאטע זכרונו לברכה"...
 
מען האט פאר דעם איווענט פארארבעט מעשים, מען האט אפילו אפגעשטויבט דעם טיטל 'בעל ויואל משה' און איר גע'חזר'ט איין מאל און נאכאמאל מיט די באטייליגטע, אולי וועט מען אזוי אפקויפן סימפאטיע פונעם ציבור.
 
מען האט אויפגעשטעלט מסלתה ומשמנה פון די חלה דעקלעך שרייען אז דער צד שכנגד זאל ארויסגיין פון בג"ץ, אפילו דעם פארקאלעכטן בערל פריעדמאן האט מען ארויסגעשלעפט פון אלד-עידזש האום פאר דעם צוועק, און ער האט באצויבערט דעם ציבור כדרכו.
 
עמרם כהן, דער באוואוסטער מסית ומדיח, וואס האט נאך געהאט די חוצפה און העזה צו זיך אויפשטעלן ברבים בין פסח לשבועות תשנ"ט אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל מיט די ארגסטע לשונות אויף רביה"ק בעל ברך משה זי"ע. און אפאר יאר שפעטער האט ער זיך ברייט באקאנט געמאכט מיט זיין פייערדיגן חסדי השם טאנץ אויפן באלעמער אן א קאפל. האט געהאלטן געשפאנט די ברייטע מאסן מיט ערשט-האנטיגע, האר-אויפשטעלענדע געשיכטעס און רעזעלוציעס... קודם האט ער געהאט א באריכט, וואס קומט לכאורה פונעם פאליציי שעף אין בני ברק, אז ביי א בר מצוה וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין די התמר זאלן האבן די זאליס ה"י גערופן די פאליציי אז א איד מאכט בר מצוה, א חינגא, אין זייער טרויער טאג דער 'יום הזיכרון', און די פאליציי האט פארשטערט די שמחה..
 
נאכער איז אים צוגעטיילט געווארן דעם כבוד פון שליסן דעם "קאווער אפ" איווענט, און פארליינען די רעזעלוציעס.
 
מען האט ארויסגענומען פון שופלאד דעם אלטן פייל פון די חובת הלבבות שיעורים, און זיך גענומען האקן און בראקן אויף די בעלי זרוע וואס האבן איבערגענומען סאטמאר שנת תשנ"ט...
 
מען האט זיך געעפענט א פיסק אויף הגאוה"צ חברי ביד"ץ דקהלתינו הקדושה שליט"א, און געפאדערט אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פרעשורן פון די בעלי זרוע וואס קומען צו זיי מיט צעטליך אונטערצושרייבן.
 
ער האט גענומען די אלטע "אלף בית גימל" שפיל וואס דער אונטערנעט מפיץ האט נאך גענוצט בשעתו, און געשטעלט שארפע אולטומאטימ'ס און פאדערונגען, געוויינט צו די מאסן זיי זאלן זיך חלילה וחס נישט לאזן איינרעדן פון די גאס אז דער צד שכנגד האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און אצינד ווארט אלעס אז דער סבלן זאל אונטערשרייבן. ער האט פארענדיגט מיט א געשריי "גייטס ארויס פון באגא"ץ"!!! אבער שוין!!!....
 
*
 
היי יאר וואלט זיך לכאורה דאס זעלביגע געדארפט איבערשפילן, שמואל ווידער דארף נאך אלץ פיטערן די קיען אז די זאליס זענען אין בג"ץ. וויזוי האט נאר ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו פארציילט ביים דינער היסוד פאר בני ברק דעם ווינטער?!
 
ווען מ'האט דערציילט פאר הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה (יא יא, דער אהרוני..) איבער דעם שרעקליכן ווינט וואס די אהרונים מאכן וועגן דעם א.ג. הליכה לבג"ץ, און זיי שרייען אז דאס איז הארבער ווי גיין צו די בחירות. האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט חכמה: די שקצים ווילן נישט גרעסער מאכן די עבירה פון גיין אין בג"ץ, זיי ווילן קלענער מאכן די עבירה פון בחירות!
 
עכ"פ, היי יאר קענען די אהרונים ליידער נישט מאכן דעם עצרת, אזוי ווי דער בית דין זיצט דאך טאקע יעצט אויף א דיון בנוגע דעם סכסוך אין בני ברק. דעריבער קענען זיי נישט מאכן יעצט כרגע א עצרת מחאה, אבער עס איז ערווארטעט אז ווי נאר דער בי"ד וועט אהיימפארן וועט מען אראנדזשירן אזא עצרת, ווייל דאס איז ווי לופט צום אטעמען פאר די בהמות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 20:38 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט מאכן א מחאה אנטקעגן ציונית? קענען זיי נישט מאכן גארנישט אן אריינמישן די עקלהאפטיגע פאליטיק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 18:52 לינק ישיר 

פאראיאר נאכן באגאץ פלעי האבן זיי געשריבן אז עס גייט נאכפאלגן א מאסן פראטעסט קעגן די א.ג. הולכי בג"ץ בערכאות עולמי, אבער פליצלונג האבן זיי אויפגעהערט רעדן דערוועגן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עצרת מחאה קעגן הליכה לבג"ץ אין הופפער היינט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext