בית פורומים אידישע געדאנק

אומפארשטענדליכע פאקטן איבער בין לאדין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/5/2011 20:17 לינק ישיר 
אומפארשטענדליכע פאקטן איבער בין לאדין

עמערס מיט טינט האט מען שוין פארגאסן אין דעם איינע וואך זינט אמעריקע האט באוויזען צי כאפן און דערשיסן בין לאדין אויף טויט, יעדער האט מעשיות איבער זיינע טעראריסטישע שטיק וואס האבן אומגעברענגט טויזענטער ציווילע בירגער, יעדער איז פארנומען אויב פאקיסטאן די א.ג. גיטע פריינט פאר אמעריקע האט געוויסט אז ער האלט זיך אויף אונטער זייער מיליטערישע באזע.
 
עטליכע פונקטן וואס יעדער באשטעטיגט און איז מודה זענען אין די אויגן פון פילע מענטשן זייער אונטעראנט צוליב וואס עס שטומט נישט מיטן פאקט.
 
איך אליין וואונדער זיך אויך אויף עטליכע 'פאקטן' איינס פון דעם איז גאר דאס וואס מ'האט אפיציעל געניצט פאר א תירוץ אנצולייגן פארוואס עס האט גענומען 10 יאר ארויפציקומען אויף זיין באהעלטעניש.
 
דהיינו אז ער האט זיך נישט באניצט און נישט געהאט קיין שום פארבינדונג צי קיין כלים, אונטערנעט, טעלעוויזיע, וכדומה.
 
אויב איז עס טאקע אזוי דאן איז דאס זיך שטארק סותר מיט די ווידיא'ס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטערע טעג וואס ווייזן בין לאדין זיצט און נישטערט אויף די נייעס אויב מען רעדט פון אים. ווי אזוי שטימט דאס מיטן פאקט אז ער האט נישט געהאט די אלע זאכן?

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 06:55 לינק ישיר 

אויף די שאלה פארוואס ער איז נישט געווען גרייט מיט א קאנטער אטאקע איז לכאורה וויבאלד ער זעצט שוין עטליכע יאר אונטער די שוץ פון פאקיסטאן, דעריבער האט ער זיך געשפירט זייער זיכער אז קיינער וועט אים נישט איבערפאלן און אפילו אויב יא האט ער דאך די מיליטערישע באזע הארט נאנט צי אים וואס וועלן אים שטיין צי הילף נאך איידער סיי וועלכע אטאקע עס קומט נאנט.
 
דאס וואס די פרעגסט וועגן א טונעל, איז זייער פארשטענדליך אז מען האט עס גענוג שפיאנירט בעפאר די איבערפאל.
 
די פרעגסט פארוואס זיי האבן נישט גלייך אריינגערופען פאר הילף איז ווייל בין לאדין האט נישט געהאט קיין טעלעפאנען אדער סעלפאן'ס אינטערנעט. דעריבער איז נישט געווען ווי אזוי זיי זאלן אלארמירן פאר בעק-אפ. איך רעדט שוין נישט פון דעם אז זיי זענען געכאפט געווארן טאטאל און שאק און וואלטן סיי ווי נישט געקענט גארנישט טין ווייל יעדער וואס האט זיך נאר געגעבן א ריר איז תיכף ומיד דערשאסן געווארן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 04:56 לינק ישיר 

אויב איז עפעס אומפארשטענדליך, איז עס וויאזוי איז מעגליך אז דער פירער פין דער וועלטס גרעסטער טעראר נעטווארק, האט געלעבט אן די מינדענסטע צוגריייטונג פאר אזא סארט איבערפאל.
איך האב ביזדערווייל נישט געהערט די מיינונוג פין עקספערטן, צו די אמעריקאנער קאנטער טעראר באאמטע זענען איבעראשט פין דעם פאקט, אדער זיי האבן דאס ערווארטעט.
עס איז אנצונעמען, אז אויב וואלט ער געשטעלט אפילו נאר גאר א לייכטע ווידערשטאנד, אדער וואלט ער געווען צוגעגרייט אדורכצושוויצן די אטאקע דורך א בונקער וכדומ, וואלט עס פיל שווערער געמאכט פאר די סיעלס אים אומצוברענגען. סוף כל סוף זענען די סיעלס דארט געווען אויף געבארגטע צייט, און עס האט נישט קיין סך אויסגעפעלט אז עס זאל ווערן דארט א איבערקערעניש, וואס זאל אלארמירן דאס פאקיסטאנער מיליטער וועלכע איז סטאנציאנירט א דריי פערטל מייל אהינצור, און פון דארט און ווייטער קען שוין קיינער נישט פאראויס זאגן וויאזוי זאכן וואלטן זיך אנטוויקלט.
כ'העל פרעגן א קלאץ קושיא:
וואס וואלט געווען אויב די געביידע וואלט געווען איינגערישט מיט א טונעל צו אנטלויפן ביז ערגעץ טיף אינמיטן א געדעכטע באוואוינטע שטאט?
האבן די סיעלס געהאט א פלאן אויף דעם אויך? אדער האבן זיי געהאט אינערליכע אינפארמאציע איבער די אומשטענדן אין וואס בין לאדין געפינט זיך? אדער האבן זיי גאר געפלאנט צו מאכן א ויברח ביי די ערשטע געלגענהייט אויב זאכן גייען 'ראנג' ,און דערנאך פארלייקענען אז זיי זענען בכלל דארט געווען?
די אלע פראגעס דארפן ענטפערס וועלכע גייען מסתם קיינמאל נישט קומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2011 01:10 לינק ישיר 
Bin Laden … proof at last


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 22:31 לינק ישיר 

ער האט געקענט האבן א טעלעויזיע און א לעפטאפ, 
און נאכאלס נישט האבן, נישט טעלעפאון און נישט אינטערנעט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/5/2011 22:23 לינק ישיר 

איך האב גראד ווען סאיז ארויס ג'קימען די בילדער פין בין לאדין'ס הויז זיך גווינדערט מ'זעט דארט די כלי אויפ'ן דאך וואס קימט מיט א טעלעוויזשן נאר קען זיין ווי משהלע ענפערט אז דעס איז נישט עפעס וואס מ'קען נאכגיין

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2011 20:29 לינק ישיר 

סעל פאנס און אינטערנעט קען מען טרעיסן, קאמפיוטערס (אן אינטערנעט) און טעלעוויזשאן קען מען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אומפארשטענדליכע פאקטן איבער בין לאדין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext