די ביימעלעך האבן פיין געארבעט ב"ה !
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די פארטי פאר די צענטראלע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, ווי טויזענטער פרויען האבען זיך באטייליגט ארויסצוהעלפן די לעידיס אקזולערי פין די מוסדות,
די היי יאריגע פארטי האט זיך איבערגעחזרט די זעלבע ווי די לעצטע פאר יאר אין א בחינה פין מוסיף והולך אין טראץ וואס מ'האט יאר געלייגט בלויז בענקעלך איז די גרויסע ראוז קעסיל זאל געווען קליין בליעה''ר פין מאסן נשים צדקניות, וועלכע האבן געהאלטן אין איין שטראמען, אז אין גרויסן זאל איז נישט געווען קיין פלאץ.
די דעפרעסטע זאליס וועלכע רעדן זיך נאך איין אז זיין פירן וויליאמסבורג, האבן אנגעהויבן א טוויטער קאמפיין
צו שתדל'ן אז העלט דיפארטמענט זאל אפשפארען דעם ראוז קעסיל זאל, מיט די האפענונג אז די פארטי וועט בטול ווערן.
און דעמאלטס זענען די ארונים קאפוט, און זאלי האט שוין "ראסט" סטריט שול.
זיי האבן געקאלט אז די ראוז קעסיל איז זאלציג (מלוחים מאוד), און ס'איז פארפעסטיגט, און אז "בין לאדין" איז דארט.
די העלט דעפארטמענט האט עס טאקע אפגעשפארט נאכמיטאג.
די עסקנים האבען גלייך געזעהן אז ס'איז ערנסטע פראבלעמען פאר די פארטי, אין דא קען גיין אסאך ארבעט לטמיון, פאר אזא צוזאמקום גרייטן זיך א ריזיגע שטאב פאר וואלענטורן וואכען לאנג פאר די פארטי, ווי עס קומען זיך צוזאם טויזענטער נשים צדקניות. מ'האט זיך גלייך אריינגווארפן אין די ארבעט, אז די זאל קענען זיין אפען אויף ביינאכט.
יא, - הודו לה' כי טוב. ב''ה אויף ביינאכט איז שוין דער זאל געווען צירוק אפען ווי דער פארטי איז אפגעהאלטן געווארען מיט א זעלטענע סוקסעס, די גאנצע זאל האט פארמאגט בלויז בענקלעך וואס האבען נישט געדעקט דעם גרויסען געברויך בליעה''ר.
נידערמאן און זיינע אגענטן ''שתדלנים'' האבען אבער נישט געקענט אייננעמען דעם דורכפאל, האבען זיי אינטערגענומען א ''מסירה דריוו'' אין ארומגעשיקט מעסעזשעס אין גערופן אויף טוויטער און אויף זייער מותר'דיגע היידפארק פארום דער עולם זאל זיך אנרופן ווארעם אין רופן 911 אין 311 אז די זאל ברויך זיין פארמאכט.
(די טוויטער מעסעזש פין די מוסרים בלשון סגי נהור: Don't CALL 311 to 570 flushing avenue that they are serving a rich party even its has been closed down by the health department).
דער עסקן און כלל טוער נפתלי משה אינדיג האט גלייך געזען וואס דא טוט זיך מיט די 311 רופן. האט ער שנעל באשטעלט... "ביימעלעך"... די זעלבע ביימעלעך אונטער וועלכע אלע פריצות קומען פאר אין UTA'ס עטרת בלעם, און אויב די זאליס רעדן זיך איין אז אזוי קען מען זיך באהאלטן פון הייליגן באשעפער, אויב זייערע ביימעלעך איז גוט צו פארשטאפן די אויגן פון אלע "הייליגע קנאים", איז עס דאך עס זיכער גוט פאר די פשוט'ע אינספעקטאר'ס.
די ביימעלעך האט געטאן די ארבעט ב"ה. די אינספעקטאר'ס זענען געקומען יעדע פאר מינוט, ווי די זאליס האבן פארלאנגט, אבער ווי עס שטייט ביי לוט:
ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים מקטן ועד גדול וילאו למצא הפתח.
און די זאל איז ב"ה געבליבן אפען, און ב''ה די גאנצע צוזאמקום גארנישט געשטערט געווארען די סוקסעס איז ב''ה געווען למעלה מן המשוער.