שיינער באזוך פון די רבנים הגאונים חברי הבי"ד ביי הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א
היינט האט דער בי"ד וואס זיצט אויף דעם סכסוך פון סאטמאר בני ברק אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א אין קרית יואל, דער משב"ק ביי רבוה"ק זי"ע ולבהחל"ח מרן רבינו שליט"א.
די חברי הבית דין האבן אויסגעדרוקט זייער באגער צו גיין באזוכן ר' עזריאל, היות ער איז דער מענטש וואס איז אלע יארן געווען אין די הנהלת המוסדות והקהלה אין סאטמאר די בכל אתר ואתר און אין בני ברק בפרט, האבן זיי געוואלט הערן ערשט האנטיגע פאקטן און געשעענישן וויאזוי עס האבן זיך אפגעשפילט די ענינים.
ר' עזריאל האט ענטפאנגן די געסט מיט כיבוד, און פארברענגט מיט זיי העכער צוויי שעה. לויט ווי די באטייליגטע געבן איבער, האט ר' עזריאל דערציילט פארן בי"ד גאר היסטארישע פאקטן ארום סאטמאר אין בני ברק בפרט, און סאטמאר איבער די וועלט בכלל. די רבנים האבן געשלינגן מיט דארשט די ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען מפי עבד מלך כמלך.
ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויפשטעלן.
נשלח ב-12/5/2011 00:13
נשלח ב-11/5/2011 21:25
איך האלט אז ס'גייט נישט ארויסקומען די וואך א פרישע "קול סאטמאר" ביילאגע איבער דעם נושא,
בוקר ויודע ווער עס איז גערעכט.
_________________
נשלח ב-11/5/2011 19:56
ווי עס קוקט אויס גייט ערשיינען א פרישע קול סאטמאר ביילאגע אין בלאט די וואך, און דאסמאל אקעגן די השחתה פון דעם בית דין וואס זיצט אויף דעם סכסוך אין בני ברק...
הערשט פאר צוויי טאג צוריק האט נאך לאנדא געשיקט מעסעדזשעס מיט פרייד אז דער בי"ד האט באשלאסן אראפצופארן קיין קרית יואל,אויף די אהרונים'ס פארלאנג, כאפן דעם פארברעכער ר' עזריאל גליק, און אים צווינגן עדות צו זאגן. די זעלבע האט אויך געוויסט צו זאגן דער ניק קהל_יטב_לב, אז דער בי"ד האט באשלאסן אז אויב ר' עזריאל וויל נישט קומען עדות זאגן, וועט דער בי"ד אראפפארן צו אים אהיים און אויספראקן.
היינט האט זיך אבער דער ניגון געטוישט. ווי עס שיינט האט ר' עזריאל געגעבן צו הערן פארן בית דין אלעס וואס די אהרונים ווילן נישט הערן און געדענקן. מורא פון די אהרונים האט ער דאך נישט נאך וואס ער האט שוין באשלאסן אז ער גייט נישט ליגן אין זייער בית החיים, און רינגעלעך אויף זיין זיץ אין ביהמ"ד קענען זיי ווייטער לייגן. די אהרונים ציטערן אז זיין עדות'שאפט גייט זיין דער סתימת הגולל פון זייער גניבה וואס זיי פרובירן צו פארכאפן אין בני ברק, טראץ וואס אברהם יושע גלאנץ האט עדות געזאגט אז ער האט געזען (...) ר' שמעון ווייס אונטערשרייבן שעיר'ס פאר משה חיים ווייס און פאר אהרן טייטלבוים. דעריבער האט היינט סטעלט/יונה געמוזט אנהויבן צוגרייטן די אהרונים פאר א דורכפאל, און צוגאב אויסגיסן דאס כעס אויף ר' עזריאל'ן. האט מען אנגעהויבן אראפרייסן דעם בי"ד הלמאי זיי זענען געגאנגן עסן קעיק צו ר' עזריאל אינדערהיים...
אויף דעם ארויף קומט יונה זאגן אז ניין, עכט מעג מען יא עסן קעיק ביי א דין תורה, אבער עס עפעקטירט דעם "אימעדזש" פון די רבנים. אין אנדערע ווערטער, אויב גייען מיר פארלירן די דין תורה איז דאס צוליב די רבנים האבן א עפעקטירטע אימעדזש פון עסן פרישטאג ביי ר' עזריאל גליק.
תוקן על ידי המהדרין ב- 11/05/2011 21:58:47
נשלח ב-11/5/2011 19:40
נעקסט קומט א דרשה פונעם דזשיגאן עם הארץ אז די דיינים זענען חמשה רועי בקר ווייל זיי האבן געגעסן ביי ר' עזריאל
נשלח ב-11/5/2011 08:38
SATMARnias: B"B Din Toira: Zitzung Tuday in KJ At The House of Hrh"c R Ezreal Glick Shlita http://twitpic.com/4w2av0
איך בין ממש נישט משיג. לויט וויפיל עס איז ארויסגערינען צו אונז קליינע מענטשעלעך, איז דער דיון דא צי די באורד איז בעה"ב, צי דער ציבור. יעצט עזריאל איז אויפן באורד, און מה"ט געווען דער פאקטישער תובע (אדער נתבע לויט די זאליס...) אין קרייז געריכט אין בני ברק געגנט. יעצט, וואס איז שווער צו פארשטיין וויאזוי ער איז בעל דין?
(זאג מיר נישט אז די זאליס האבן אויפגעגעבן אויף די טענת ה"באורד", און דערשטאט פארלאנגען זיי נאר פראצענטן לויט וויפיל מענטשן סאיז דא, ווייל דאן איז ביטער ווי א זית...).
_________________
נשלח ב-11/5/2011 04:22
אוודאי זענען זיי געגאנגן צו ר' עזריאל באזוכן צו הערן וואס ער דערציילט, און דאס זאל דינען בתורת עדות. קיין בעל דין ווערט ער נאך אלץ נישט.
נשלח ב-11/5/2011 03:45
איך הער אז זיי זענען געגאנגען צו ר' עזריאל בתורת עדות
נשלח ב-11/5/2011 03:32
אפשר בוסטו מיר מסביר וויאזוי ר' עזריאל איז א בעל דין? האט ער אפשר אונטערגעשריבן שטרי בירורין? איז ער א תובע אדער א נתבע אין דעם קעיס?
נשלח ב-11/5/2011 02:36
זיי זענען נישט אריין צו שלמה יענקל פערצופאל הערן מעשיות וואס ער דעררציילט? קאם אן, מאכסט דיך נאריש? זיי זענען געגאנגען צו אים אלס בעל דין, צו הערן זיין צד. (לויט די אהרונים, אים צו כאפן ביי א סתירה מיט די זאליס טענות).