בית פורומים כל העולם כולו

בית דין עסט פרישטאג ביי עזריאל גליק... פאני?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2011 18:19 לינק ישיר 
בית דין עסט פרישטאג ביי עזריאל גליק... פאני?

נעכטן איז זענען די פינף דיינים פון די סאטמארע דין תורה אין בני ברק, אריבערגעגאנגען צו עזריאל גליק קיין קרית יואל, אויסהערן וואס ער האט צו פארקויפן. צי בתורת עדות, צי אלס בעל דין, צי אלס תובע אדער נתבע.

מילא, די דיינים האבן איבריג צייט און ווילן פארן קיין קרית יואל אויסהערן עזריאל גליק, געזונטערהייט.
אבער פון די פיקטשערס וואס איך זעה דארט, זעט מען אז מ'האט דארט געגעבן עסן און טרינקען, א זאך וואס פאסט פאר משפט שלום ליצים.

בכלל איז שווער צו פארשטיין. אויב די דיינים שפירן אז עזריאל גליק איז אזוי שוואך און ער קען נישט קומען עדות זאגן אין בארא פארק ביים בית דין, און זיי פארשטיין אז מ'מוז פארן צו אים (כאטש יעדער ווייסט אז עזריאל גליק איז יעדן שני וחמישי אין וויליאמסבורג און פארט ארום כסדר), מיט וואס א רעכט זענען זיי געגאנגען צו אים אינדערהיים, ווי אן אפישעל. איז דאס נארמאל?

איז דען נישטא קיין קליינע שוהלן אין קרית יואל וואו מ'קען פארהאנדלען און אויסהערן א עדות?

היעלה על הדעת אז ווען יעדער ווייסט קלאר וואו עזריאל גליק באלאנגט זאל מען גיין אהין עסן (אפילו אומאפיציעל)?
וואס וואלט געווען די רעקאקציע פון די זאליס ווען די פינף דיינים גייען צו ר' בערל פרידמאן אין שטוב, און דארט עסן און שמועסן מיט אים?

איך זאג נישט מיט דעם אז די פינף דיינים האבן עובר געווען אויף "לא תקח שוחד" בפרהסיא, אבער קיין נארמאלע זאך איז דאס נישט, ווייל עזריאל גליק איז א קלארער צד. ער האט איבערגעשריבן שעירס, ער האט אריינגעגעבן שריפטליך אין קאורט. ער איז נישט סתם א עדות.

איך שטיי און איך שטוין. איז אויך די "דין תורה" טאקע געווארן משפט שלום סטייל. ליצנות און עיוות הדין בפומבי.

אפגערעדט אז בשעת עזריאל גליק האט פארציילן זיינע באבע מעשות און שקרים, האט ער דארט געהאט א שטאב פון אייניקלעך וועלכע האבן אים "געהאלפן" זיך דערמאנען ! WOW  צי א נייע שפלות.

פליז עספלעינטס ווער ס'קען, פארוואס די פינף דיינים האבן דאס געמעגט טאן נארמאלערהייט.

איך בין לגמרי נישט דערשראקן איבער'ן אויסגאנג, אבער עס איז דאך מערקווירדיג ארויפצוברענגען פאר די גאנצע וועלט, וויאזוי דין תורות קוקן נעבעך אויס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2011 00:53 לינק ישיר 

ח תמוז איז די נעקסטע זיצונג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2011 00:15 לינק ישיר 

איך הער אז נעכטן האט מען באשטימט א זיצונג אויף חצי תמוז (ארץ ישראל).
און נאך א וואך אויף חצי אב הבעל"ט.

דאס איז אלעס אין תשע"א.
פון תשע"ב וועט מען רעדן נאך אב מסתם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 22:15 לינק ישיר 

ok time wiil tell

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2011 21:06 לינק ישיר 

אוי טאטעלע, ווער האט געזאגט? דער בית דין? הפה שאסר הוא הפה שהתיר, פארגעס נישט שערי שטיקלעך ודריידליך לא ננעלו, דער בית דין האט שוין געזאגט מערערע זאכן און דערנאך מחליט געווען פארקערט, אלעס איז לפי ראות עיני הדיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 21:04 לינק ישיר 

ר' טאטלע, זיי נישט אזוי נאאיוו.

די זאליס וועלן קומען מיט טענות ומענות פון אונטער דר'ערד, זיי וועלן ברענגען פרישע תובעים, פרישע נתבעים און פרישע צדדים, פרישע דאקומענטן ווערן ב"ה געבוירן, און חזקה על פוטו-שאפ שאינה חוזר ריקם.

און אז זיי וועלן אי"ה האבן אריכות ימים ושנים, וועט זיך עס ציען פאר ווי לאנג זיי לעבן, און אי"ה חתונה מאכן זייערע קינדער און אייניקלעך און אור-אור אייניקלעך עמו"ש. אמן.

בארא פארק יוכיח !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 20:48 לינק ישיר 

ר סטעלט איר זענט נישט גערעכט

ב"ד האט קלאר געמאכט אז נאך די זיצונג קענען זיי מער גארנישט צילייגן , ב"ד האט געזאגט אלעס וואס איר ווילט קענט איר יעצט טענען

אלע זיצונגען גייען טאקע נאר זיין אין ארץ ישראל אבער דאס מיינט אז ב"ד גייט זיצען אין "דן" זיין איבערן פסק , אין קיינער גייט נישט קענען אויפקימען מיט קיין פרישע טענות אין ציען די דין תורה אין די וועלט אריין  


תוקן על ידי טאטלע ב- 11/05/2011 20:54:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2011 20:39 לינק ישיר 

אלקים ניצב בעדת קל

דאס מיינט אויף יודיש, אז ביי יעדע דין תורה, איז כביכול אליינס דארט,

איז וואו פאסט דאס אז ביי א דין תורה וואו דער אייבישטער אליינס שטייט דארט, זאל מען זיצען און פארטי'ען מיט איינעם פון סאמע גרעסטע לייצים און דור? וואס איז מחזק און די גאנצע וועלט ביי יעדעם ארונים זאלונים צוגלייך וואו א פאלנער, פרעכער שקרן, וכזבן,  א מזייף פון די ערשטע קלאס, וואס איז נישט באגלייבט אויף ''גארנישט''  ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 20:08 לינק ישיר 

טאטלע, ביסט נישט גערעכט.

יעצט איז דאס לעצטע מאל וואס די זיצונג קומט פאר אין אמעריקע.
נאכדעם וועט אלס פארקומען אין ארץ ישראל

און דאס קען זיך ציען און ציען און ציען.

אגב, איז אינטרעסאנט צו פרעגן, צי ווען די זאליס וועלן זעהן אז זיי האלטן שמאל, וועלן זיי אויך טוישן די תובעים/נתבעים ווי זיי האבן געטאן אין בארא פארק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 20:06 לינק ישיר 

דו האלסט אז ז' אייר תשע''ב וועט שוין זיין א פסק? איי דונט טינק סא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 19:54 לינק ישיר 

משהלע איר האט א טעות , בית דין האט קלאר געזאגט פאר די זאלי צד אז די זיצונג איז די לעצטע זיצונג וואס זיי קענען ברענגן זייער טענות ,נאך דעם איז קעיס קלאזד אין זיי קענען גארנישט צילייגן
אין ב"ד גייט אנהייבן זיצען דן זיין אויף די נושא 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2011 19:44 לינק ישיר 

קודם כל איז ר' עזריאל גליק א צד, און ביי א צד איז קלאר אז מען טאר נישט זיצן און עסן, למעשה קען זיין אז ר' עזריאל האט אנגעגרייט טעימה לכבודם און מען זעט טאקע נישט אז זיי עסן, מיין פראבלעם מיט די דין תורה איז נישט דאס גיין צו ר' עזריאל, נאר די ליצנות וואס מען מאכט פון א דין תורה ווען די מוסדות זענען דערווארגן פאר געלט, די הוצאות זענען זיכער ביי די אהרונים, און די הכנסות האלטן זיי אפ, און מען זיצט פאר אפאר טאג צוויי דריי מאל א יאר און קיינער יאגט זיך נישט, ווען מיינט איר גייט זיין די נעקסטע זיצונג, מסתמא חשון תשע''ב, דערנאך אדר תשע''ב די נעקסטע ווען זיין אלול תשע''ב און ווייטער טבת תשע''ג, און ביי תשצ''ט וועט מחליט זיין אז מען גייט שוין באלד... ענדיגן אויסצוהערן די טענות פון די צדדים, און די דיינים וועלן דאן זיצן אליין און ביז א 10 15 יאר וועט מען אפשר ארויס געבן א פסק, אזוי איז אין באבעוו, און אזוי איז אין סאטמאר, הצד השוה שבהן אז גיין צו דין תורה איז ליידער א ליצנות, די דין תורה האט נישט געטארט געדויערן מער ווי צוויי דריי וואכן מאקסימום,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2011 19:22 לינק ישיר 

בארואיגט אייך מיסטער סטעלט.
1) וואו שטייט אז מ'טאר נישט עסן און טרינקען כיבוד ביי איין עדות?
2) וואו שטייט אז אויב יענער גרייט אן א שטיקל סעודה'לע טאר מען נישט עסן דארט?
3) וואו שטייט אז מ'טאר נישט גיין צו איין זייט אינדערהיים?
4) וואו שטייט אז אן עדות אדער צד, טאר נישט האבן איינער וועלכער זאל אים ארויסהעלפן מיט זאכן וואס ער געדענקט אפשר נישט אזוי קלאר?

עס איז אמת, אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזא סארט "זיצונג".
אבער וואו שטייט אז מ'טאר נישט?

עס איז אמת אז די בילד קען שטארק עפעקטירן דעם "אימעדזש" און מאכן א שטיקל דעמעסעדזש אינעם רעספעקט פון אזא סארט דין תורה, אבער איך האלט נישט אז אלע פינף זענען וועגן דעם קארופטירט, צי אז דאס גיין צי עזריאל גליק און אויסהערן זיינע געבעקסן האט עני עפעקט אויפן דעם ענדגילטיגן פסק, וואס וועט ארויסקומען (ווער ווייסט ווען, וד"ל) !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2011 18:29 לינק ישיר 

דאס איז א בילד פונעם "דין תורה זיצונג" ביי עזריאל גליק אינדערהיים.

ווער עס האט שוין אמאל געזען אזא סארט "זיצונג" זאל ביטע אויפהייבן די רעכטע האנט !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בית דין עסט פרישטאג ביי עזריאל גליק... פאני?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext