בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אביש ספינקער באזוכט ביים בער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2011 00:01 לינק ישיר 
ר' אביש ספינקער באזוכט ביים בער

ר' אביש ספינקער באזוכט ביים בער

מאנכע זאגן דזשיגאן האט געשיקט דעם חכם אויסהאמערן א שלום




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 12/05/2011 00:26:46





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 17:59 לינק ישיר 

אביסל מער ווי די רבבות  ביים רבן של ישראל דער גז''ל שליט''א הושענא רבה אין ראדני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2011 04:46 לינק ישיר 

א בילד פון די רבבות חסידים ביי די שמחת קישור החיתון פון בת מרן הרה"ק מבית יצחק ספינקא שליט"א ‎(בעת די פייערדיגע ריקודין)








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2011 18:18 לינק ישיר 

אין די לעצטע פאר יאר האט ר' יחזקאל געטאן זייער אסאך פאני זאכן וואס קיינער פארשטייט נישט ממילה גייט עס שוין מיט

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2011 02:21 לינק ישיר 

איך מיין אז ר' יחזקאל ראטה איז אויך אויפגעוואקסן בתוכינו און נאך געווען א דיין ביי אונז אין סאטמאר און ער איז אויך געלאפן צום בעלזער פאריאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2011 22:26 לינק ישיר 

רבותי,די נושא איז גענצליך פארקראכען,צו פריוואטע אינערליכע ספינקא מחלוקעלעך
לאמיר געדענקען אז נישט דאס איז יעצט די שמועס ווער סיז עכטע און ווער סיז משנה וכדומה
סהאנדעלט זיך אין א געפערליכע בעיטה אין אלעם וואס מיר האבען מקבל געווען מדור דור .
ווי גרויס איז די ווייטאג אז סיז ליידער געשען א שפאלט אין די הייליגע חומת ההתבדלות אויף אזא מיעסען
פארנעם,דורך איינעם וואס איז אויפגעוואקסען אין אונזער מחנה,און פירט א ציבור היימישע אידן אויף קיעפ
סטריט אין הארץ פון וויליאמסבורג-
סיז א זייער טרויעריגע געשעניש א בכיה לדורות.(די איינציגסטע פרייליכע פוינט פון די פרשה איז די בילדער
וואו דער נעב וואקט ארויס בעקוויטץ ווי ביי עושה שלום,סיז ציקער זיס....

_________________




תוקן על ידי חויזעק ב- 15/05/2011 22:28:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2011 21:52 לינק ישיר 

ער איז נישט קיין לץ, איך וואלט אים ענדערש דיאגניזירט אלץ א צובראכענע נשמה, וואס שרייבט אוינטער'ן איינפלוס פין  א מילדע דעפרעסיע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2011 21:46 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז דער קונצען סתם א פוסטע לץ. ווי באקאנט האט דער בער גע'אסר'ט דעם אינטערנעט פאר זיינע חסידים א צייט צוריק, און זייט דעמאלס איז מער נישט צום האבן קיין איין בעלזא ניק אויף בחדרי חרדים פארום. איז קיין עכטער בעלזער קען דער קונצען זיכער נישט זיין. און אפילו ער איז יא פון די ליידיגייער'ס אין בעלזא וואס האבן אינטערנעט, גלייב איך שווער אז א עכטער חסיד וויל אז אזא אשכול זאל בלייבן אויבנאן אגאנצן טאג, נאכדערצו ווען מ'רופט זיין רבי'ן ביים בלויזן נאמען אויפן קעפל. אלא מאי קום איך צו די מסקנא אז דער קונצען איז א פשוט'ער לץ וואס האלט זיך אונטער אויפן חשבון פון בעלזא.
 
איינער איז מיט מיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2011 20:41 לינק ישיר 

ספר "ברוך מתיר אסורים"


דו ספר מיט בריוון פון אלע גדולי ישראל פונעם געגנט איז ארויס געקומען נאכדעם וואס דו סאטמערע חסידים (בראשות רבם  הבעל דברי יואל) האבן מוציא שם רע געווען און מוציא לעז געווען אויף דו ספינקא חסידים (כפי הנהוג בסאטמאר וכדרך הבעל דברי יואל "אלה שכרעו לבעל" "כת שבתי צבי" "אהרן עשה את העגל" "ועוד" וכ"כ  הבעל בירך משה, "נאלאגען" וכו' וכדרך בניו דהיום שמוצאים דיבתם הרע אחד על השני שכל אחד שאינו הולך בתלם איתם אינו בגדר כלל ישראל "פסולי חופה" "חמץ'דיגע מצות" ועוד).

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2011 20:36 לינק ישיר 


 

קראלי רבנות

אין יאר ה'תרצ"ד ווען דער דאמאלסדיגער קראלי רב - הרב יואל טייטלבוים - איז געווארן רב אין סאטמאר, האט קאנדידירט פאר דעם קראלי רבנות, הרב שמואל גראס, ער האט געהאט די שטיצע פון דעם פריערדיגען רב'ס אנהענגער, מערסטענסטייל סיגוטער חסידים. דערגעגען האט קאנדידירט רבי אביש'ל, וואס ער האט געהאט די שטיצע פון זיין שווער'ס אנהענגער, מערסטענסטייל ספינקער חסידים. ווען רבי אביש'ל האט געווינען ביי די וואלן, האבען זיינע קעגנערס נישט געוואלט אקסעפטירן די רעזולטאטן.

דער אויסרייד אויף וואס רבי אביש'לס קעגנערס האבן זיך פארריפען איז געווען א פאראגראף אין די שטאטוטין פון די געמיינדע איינגעפירט דורך א פריערדיגען רב אין קראלי רבי שאול בראך, אז די וואס פירן זיך נישט הונדערט פראצענט לויט די שטאטוטין פון די געמיינדע זענען נישט בארעכטיגט צו וועהלן פאר א נייעם רב. אנווייזנדיג אויף דעם פאראגראף האבן רבי אביש'לס קעגנערס געאורטיילט אז ווארשיינליך זענען א מערהייט פון די מענטשן וואס האבן געוועלט רבי אביש'ל נישט געווען בארעכטיגט צו וועהלן, און ווארשיינליך זענען א מערהייט פון די מענטשן וואס האבן יא געוועלט קעגען רבי אביש'ל יא געווען בארעכטיגט צו וועהלן.

רבי אביש'ל האט געהאט גרויס עגמת נפש פון דעם קריגעריי, ספעציעל פון די נאכפאלגן וואס זיינע קעגנערס האבען אויסגעאיבט אויף אים, ער האט געוואלט אוועק פון דארט, נאר זיינע אנהענגער האבען אים נישט צוגעלאזט. אין יאר ה'תרצ"ה איז געדריקט געווארן א קונטרס "ברוך מתיר אסורים" ארויסגעגעבען דורך דער ארטאדאקסישער קראלי געמיינדע ווי זיי באשרייבן דעם גאנצן פייער און האבן דארט אפגעדריקט די בריוון פון די רבנים וואס האבן געהאלטן מיט רבי אביש'ל און מיט שארפע אויסדריקען פארדאמט זיינע קעגנערס. צווישן זיי איז, זיין שווער דער חקל יצחק, רבי שמעון סופר פון ערלוי, דער לבושי מרדכי, דער מונקאטשער רב, דער איהעלער רב ר' דוד דוב מייזליש בעמח"ס בנין דוד, און נאך א גאנצע ליסטע.

רבי אביש'ל האט אויפגעשטעלט די ישיבה "בית אברהם" אין קראלי, ווי ער האט פארגעלערנט שיעורים פאר אומגעפער הונדערט בחורים.

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%94%D7%9D_%D7%90%D7%91%D7%99%D7%A9_%D7%94%D7%95%D7%A8%D7%95%D7%95%D7%99%D7%A5

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2011 09:17 לינק ישיר 

ביתצדיקים כתב:
הונדערטער אידן מסלתה ומשמנה פון די ספינקא קהלה אין שפיץ פון די זקני הקהלה נישט קענענדיג צוקוקען דעם גרויסן בזיון וחילול המקום וואס זיי האבען ליידער צוגעזעהן מיט פארווייטאגטע הערצער ווי די הערליכע קהלה ספינקא איז בחורבנה, די קהלה וואס זיי האבען אויפגעבויעט מיט בליט און שווייץ, און האבען געמאכט דעם ריכטיגן שריט און פארלאזט דעם פלאץ און איבערגעלאזט דעם הייליגן שול מקום שהתפלל אותו צדיק, איבער געלאזט דעם בנין וואס 

אפשר שרייבסטו א רשימה פון די "הונדערטער" אדער בלויז א טייל פון הונדערטער? אדער בלויז אפי' 25 אידן וואס פלעגן דאווענען מידי שבת בשבתו אין ספינקא און האבן איר איבערגעלאזט ?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2011 01:13 לינק ישיר 
סך הכל הלך בדרכי אביו הגדול

איז מיין איך אז עס איז אסאך שווערער צו פארשטיין פארוואס זיין טאטע האט שלום געמאכט מיט דעם בעל דברי יואל וואס האט אום שטארק בא'עוולט, וויא צו פארשטיין כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א גיין קיין בעלזא 

זיין טאטע וואס אונדערהיים האט ער זיך שארף אויסגעדריקט אנטקעגן דעם בעל דברי יואל, האט מפני דרכי שלום משלים געווען מיט אום נאכן קריג.

זיין זוהן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, גייט בדרכי אביו,  בפרט אז זיין טאטע האט קיינמאהל נישט געהאט עפעס אנטקעגען כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דו אזוי געריפענע קול קורא מיט חתימות וואס מאנכע האבן פארשפרייט און טיען פרשפרייטן האט נישט קיין עכטע חתימה פון אום (נאר מען האט געטייפט זיין נאמען), משא"כ דו אלע בריוול'ך וואס דו רבנים (וואס זייערע נעמען געפינן זיך דארט) האבן געשיקט צו כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט זייערע אייגענעם כתב מיט א ריכטיגע חתימה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2011 00:52 לינק ישיר 



סוף עידן מחלוקת "סאטמר" (ספינקא) בעלז???
קיבלתי תמונות וסירטונים במייל של האדמו"ר מספינקא בביקור אצל בבית האדמו"ר מבעלז, וכן בסיור בביהמ"ד הגדול.

קצת הסבר: אביו של האדמו"ר המבקר היה בזמנו מהחותמים נגד בעלז, והוא בעצמו משתייך לסאטמר - מונרו / הגיס, באופן מובהק, במגבביל הוא גם חתנו של ר' אהרן מרדכי רוטנר מבעלז.

האם זה ביקור ראשון שלו בבעלז?

האם יש משהו חדש שמתבשל כאן או שזה רק לכבוד חותנו?

בקיצור, מסקרן אותי מאוד לדעת...

תמונות מהביקור-





פאשקאווילען אין וומסב"ג

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 15/05/2011 21:09:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2011 22:46 לינק ישיר 

ס'נישט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 20:26 לינק ישיר 

טאנצן מיט יאשקע וואלדמאן וואס האט נאכגעשריגן דעם טאטן כומעני, איז פיל מער עוולה ווי גיין באזוכן ביים בעלזער רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2011 19:46 לינק ישיר 

עס איז אמת אז טייל פין די ספינקער ברודערס זענען מצליח, אבער עס האט גאנישט צוטאן מיט זייער טאטן. רוב פון זייער טאטנס נאנטע געשוואיורענע מענטשן זענען געבליבן אינעם קיעפ ביהמ"ד - נישט קיין חילוק פארוואס. 
און לעומת זה די אידן וואס פלעגן סתם אזוי אריינפאלן מפעם לפעם צום טיש אדער שלש סעודות, האבן בדרך כלל מיט זיינע קינדער גאנישט איינגעלייגט.
סך הכל האבן זיי אנגעפאנגען פון סקרעטש מיט נייע מענטשן, און מיט א גענצליך נייע אופן פין הנהגה, און יעדער בר דעת ווייסט און זעהט אז עס איז בכלל נישט קיין המשך פין זייער טאטן. עס קען זיין וואויל און חשוב אבער מיט די אמאליגע ספינקא האט דאס נישט קיין שייכות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אביש ספינקער באזוכט ביים בער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext