|
|
| נשלח ב-18/5/2011 23:49 |
|
| |
געלעכטער לאמיר יא א מיניט פארקריכען, און רעדן פון לעקוואד, אבער מיר וועלן גראד ציריק קימען צו אנטווערפן,
האט דער דער שיינער רבי זאלישעל געהאט אזא ציבור און לעקוועד, וואו זיין קליינער נעפיו האט געהאט און אנטווערפן????
((געלעכטער אויב עס טרעט דער צו מום געזינט דארפסטו נישט ענפערן!))
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2011 01:57 |
|
| |
איך פארשטיי אז דער עיקר איז נישט די בילדער אבער אז עס איז שוין יא געווען א געדינגענע פאטאגראפירער וואלט ער געמעגט כאטש פאר איין מינוט אויסדרייען די לענס אין כאפן אפאר בילדער פון די צענדליגער\הונדערטער\טויזנטער באטייליגטע (איך מאך נישט אוועק די צענדליגער בילדער פונעם הערליכע אויבן אהן געכאפט פון אלע ענגעלס), איך גלייב ווייטער בנאמנות אזוי ווי מ'שרייבט דא אז עס איז געווען א ריזן ציבור + הונדערטער געסט, אבער פאר די איינגערעדטע זאליס וואס גלייבן מיך נישט דארף מען עס ווען יא ווייזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2011 16:25 |
|
| |
כ'ווייס נישט ווער ס'האט דיר אריינגע'דמיון'ט אז עס זענען געווען הונדערטער געסט (אדער זאגאר טויזענטער... גיי ווייס...), ס'איז אין ערגעץ נישט געשטאנען אזוי.
די שב"ק איז לכתחלה געווען א פנימות'דיגער פארן היימישן ציבור אין אנטווערפען, און די דארטיגע הנהלת הקהלה האט דערצו אויך געלאדענט עטליכע נגידים און ראה"ק פון ק"ק סאטמאר איבער די וועלט זיי זאלן קומען מיטהאלטן דעם שב"ק מיטן רב שליט"א, און זיך צוקוקן פון די נאנט צו די שיינע בליה און וואוקס פון די קהלה בליעה"ר.
סך הכל זענען געווען אפשר פופצן געסט.
די שב"ק איז געווען גאר א געהויבענער. ספעציעל די דרשה שב"ק נאכמיטאג ווי א ריזן ציבור תושבי העיר האבן אטיילגענומען. און דאס זעלביגע די מעמד הנחת אבן הפינה זונטאג, ווי דו - אלס מודה במקצת - דערמאנטסט טאקע דעם שיינעם אויבנאן, וואס במציאות געדענקען אנטווערפענע אידן שוין נישט א לענגערע צייט אזא שיינע מעמד מיט אזא קאלירפולע אויבנאן.
און מאידך גיסא וואס ברויך מען צו רעדן, מ'הרג'עט זיך ביי קעפ ביי די זאלי'ס, יעדער וויל זיין בעל הבית און שטייען בראש, שאול פערלשטיין איז שוין צוויי מאל געפארן קיין אנטווערפן שלום מאכן און ביזדערווייל...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2011 18:03 |
|
| |
פיזור ........ הנאה להן והנאה לעולם .
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2011 18:36 |
|
| |
פארוואס איז פשעווארסקער רבי שליט״א נישט געווען ביי די הנחת אבן הפנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2011 18:59 |
|
| |
די צוויי פראקציעס בני המן בנשיאות הערשל דרעזנער, מיט די זאליבאנעצעס בנשיאות שטויבער מרדכי, רייסען זיך שוין ביי די קעפ, וואו 2 משיגענע הינט די לעצטע 30 יאר,
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די יאקאב יאקאב בית מדרש קיקט ליידער אויס וואו עס קיקט אויס,
קיין קליגערע שריט האט סאטמאר נישט געקענט טאן, וואו צו דראפן די די שטויבער לייצים, און די דרעזנער ווערים, און זיי לאזען זיך בייסן און פרצוף אייער פארן צווייטען, און ציריק מחזק זיין די הייליגע קהלה, ע''ד הסלילה לנו ע''י רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע.....
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2011 21:45 |
|
| |
די שבת איז געווען ב''ה הערליך למעלה מן המשוער, דער ארטיגער ציבור האט זיך צאמגענומען כאיש אחד בלב אחד די שענסטע אין חשוב'סטע פין סאטמאר אין אנטווערפן (א שטייגער ווי הג''ר ר' בעריש קאהן ראה''כ אדער הר''ר מאיר וויינבערגער אא''וו) האבען זיך צוזאמגענומען צו איבערפרישען קהל יטב לב אין אנטווערפן אין די נייע ביהמ''ד הגדול וואס ווערט יעצט געבויט אינטער די גרויסע בנינים וואס די קהילה האט מצליח געווען אפצוקיפן בס''ד בראשות פין רב שליט''א צו וועם זיי זענען נאך אדוק ומקושר פין וועם ער האט געדינט אלס רב דקי''טל אנטווערפן בשליחות פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל
דער רב שליט''א האט באזוכט אנטווערפן פין פריייטוג ביז זינטוג אין באגלייטונג פין סאטמארע ראשי קהילה פין איבער די וועלט, די באזוך איז געווען א הערליכע אבער באשיידענע באזוך דער רב האט אויך באזיכט ביי די רבני העיר ווי זיי האבען זיך באגריסט מיט א שטארק ידידות והערצה, אויך האט ער באזיכט ביי ר' לייבוש ווי ער האט אויפגענומען דעם רב שליט''א ביותרת הכבוד אין אפגעשטאט א ווארימע ביקור גומלין ווי עס אויך געווען אנוועזענד ר' פרץ לעפקאוויטש - לאנגיעריגער ראה''ק (- דער וואס פארציילט אז דער ברך משה ז''ל האט 'אים' געזאגט אז ער האט אנגענומען די נשיאות פין סאטמאר צו קענען זיין א בריק צווישן פעטער ז''ל מיט ר' אהרן)
ווי אויך איז אריינגעקומען הערליכע סכומים ביי די עלעגאנטע באנקעט זיטונג אינדערפרי בראשות פונעם רב שליט''א אין רבינו קהלתינו הק' פין אירופה וועלכע זענען געקומען צו פארען צו באשיינען דעם געהויבענעם מעמד אבן הפינה
------ פין די אנדערע זייט איז א מתן שכרה בצידה צו זעהן אינזער זאליס קאלעגע'ס ''הנאה'' פין דעם באזוך כאילו די סאטמארע קהילה אין אנטווערפן באשטייט פין ווייסעך וויפיל יודן כ'זיך יעצט די בילדער פין די קבלת פנים פין רז''ל עטליכע יאר צירוק ביי די העליקאפטער באזוך ווי מ'האט מיטגעברענגט געסט וואס האבען באקומען טיקעט אויף ליזענסק כ''א אדר.... דער נעפיו וואקסט איבער דעם פעטער בכמות ובאיכות, אין א קליינע שטולע באזוך קרענקט זיי אויף אזא פארנעם
תוקן על ידי היראים ב- 19/05/2011 21:49:34
 |
|
|
|
|
|