| נשלח ב-22/5/2011 21:47 |
|
| |
ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה
ליציטאציע אויף א פסול'ע ספר תורה עס הייבט צעביסליך אן ארויסצוקומען מער שאקירנדע דעטאלן איבער די צערעמאניאנעלע ספר תורה זשאוק, וואס זאלי האט געלאזט אפקויפן פאר א האלבע מעלאנע, דורך זיין יוגענט פריינט משה שמואל זופניק. די צוויי אלטע בחורים די 60 יעריגע ירוחם ברידער (מחללי שבת) האבן אריינגעוויקלט א פסול'ע ספר תורה און דאס אנגעהאנגען אויפן הייליגן דברי חיים, און יעצט ווען מ'קוקט איבער דעם ספר תורה, זעט מען אז עס איז עלו כלו קמשונים, כסו פניו חרולים, עס איז פסול מתחלתו ועד סופו, חסרות ויתרות, דבוקות, און אויך ליידער פסולות אינעם שם הוי-ה ב"ה. און אויף דעם גייט מען יעצט מאכן א ליציטאציע עולה צו זיין. און מאכן ברכות לבטלות, פאר א פובליסטי סטאנט. מיט עטליכע וואכן צוריק האט זופניק געלאזט רופן א בארימטן סופר מומחה (נישט דעם עקספערט משה דוד טייטלבוים) נאר א ריכטיגן מומחה, ער זאל זאגן זיין מבינות אויף דעם ספר. דער סופר מישט אהער און מישט אהין און ער פרעגט משה שמואל'ן: ווער האט דאס געשריבן?
משה שמואל זאגט אים: וואס הייסט ווער? צאנזער רב'ס סופר האט עס געשריבן (אזוי האט אים דער געלער לץ פארקויפט).
עס קען נישט זיין. עס איז דא געפערליכע פסולים אינעם ספר, אינעם אות ח', וואס איז נישט לויט די שיטה פון ארי' הק' וואס איז א ו' און א ז'. און נישט צוויי זיינין' כשיטת האשכנזים. אין די פסול'ע תורה איז דער ח' א האלבער ו און א האלבער ז', וואס איז דלא כמר. און האט קיין שום מקור נישט.
דעם צווייטן ה' פונעם שם הוי' איז אין די תורה ווי א ר'.
וואס איז קעגן דעם פסק פונעם דברי חיים אליינס (תשובת דברי חיים או"ח ח"ב סי' ד').
ביים צדיק זעט מען אז דער יוד איז נישט הפוכה כשיטת הארי' הק'. און ווי דער חת"ס שרייבט אין די תשובות (יו"ד סי' רס"ו). דער ספר האט געזאגט זיין מיינונג פאר זופניק דעם ביטערן מציאות אז די ספר תורה איז געשלאגן מיט חסרות ויתרות און אויב דאס ווערט נישט פארראכטן איז עס פסול לכל הדעות, און מ'קען אויף נישט מאכן קיין ברכה אפילו בדיעבד, און אויב יא איז עס א ברכה לבטלה. זופניק קען דעם אבער נישט יעצט פיקסן די תורה, ווייל עס קען דויערן איבער א האלב יאר, און מ'קען נישט מאכן די טראסק אין ראדני, און אויב עס וועט חלילה ארויסקומען וועלן נאך מאנכע באקומען ספקות אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א ליצנות. דערפאר גייט מען אן מיט די צערעמאניע און די פסול'ע ספר וואס האט גארנישט מיט צאנזער רב, וועט מען מאכן דערויף ברכות לבטלה !
נאך א פרט וואס דער סופר מובהק האט איבערגעגעבן, אז אין פרשת בשלח איז די שירה שלא כדין.
לא לחנם האט דאס קיין איינער פון די פאלגענדע רבנים ואדמורי"ם, נכדי הרה"ק בעל דברי חיים נישט געוואלט קויפן:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (48)
כ"ק אדמו"ר מבאבוב (45)
כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג (א"י)
כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג (בארא פארק)
נאר דער אמת'ער לא קרא, לא שנה, ולא שמש תלמידי חכמים האט עס געקויפט פאר די טראסק.
פרטים נוספים יובאו אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 22:25 |
|
| |
מאטעלע ליין נאר דעם גאנצן אשכול דארט וועסטו שוין נישט אנהייבן מיט קיין ספיקות, דו וועסט זיין וויפיל השערות על גבי השערות אויף די איינע ספר תורה איך האב געלאכט ווען בנוגע די השערה אז דער שינאווער רב האט אויף די ספר געהערט די קולות וברקים פרעגט איינער אן
ווען איינער זאל פארקויפן א קאפל פון רבי'ן און זאגן אז דער קאפל איז ער געגאנגן ביי די נשא תורה, איז עס מער ווערד ווי דער קאפעל וואס ער איז געגאנגן סתם אינמיטן די וואך?
ליין דעם אשכול דארט וועסטו זען אלע ספיקות און בירורים
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 22:09 |
|
| |
נו די נאמנות און מהימנות פון ר' ''זרילע'' איז דאך ידוע ומפורסם אפי' אין די יונגע יאהרן איז ער אויך געווען א גרויסער בעקער פון מעשיות כ''ש וכ''ש אויף דער עלטער .
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 21:00 |
|
| |
ס'הייבט מיר אן פליען פויגלעך אין קאפ אויך איבער די אנדערע ווערסיעס............
קען עמיצער אראפברענגען דא די ווערסיע מיט די מערסטע מקורות באגלייט מיט אלע דעטאלן וועל איך אים שטארק דאנקבאר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 19:42 |
|
| |
<* style="margin-top: 0.5em; margin-right: 25px; margin-bottom: 0px; margin-left: 1px; padding-top: 5px; padding-right: 5px; padding-bottom: 5px; padding-left: 5px; background-image: url(http://www.ivelt.com/forum/styles/prosilver/theme/images/quote_rtl.gif); background-attachment: initial; background-origin: initial; background-clip: initial; background-color: #ebeadd; border-top-width: 1px; border-right-width: 1px; border-bottom-width: 1px; border-left-width: 1px; border-top-style: solid; border-right-style: solid; border-bottom-style: solid; border-left-style: solid; border-top-color: #dbdbce; border-right-color: #dbdbce; border-bottom-color: #dbdbce; border-left-color: #dbdbce; font-size: 0.95em; overflow-x: hidden; overflow-y: hidden; background-position: 99% 8px; background-repeat: no-repeat no-repeat; "><* style="margin-top: 0.5em; margin-right: 15px; margin-bottom: 0px; margin-left: 1px; padding-top: 5px; padding-right: 5px; padding-bottom: 5px; padding-left: 5px; background-image: url(http://www.ivelt.com/forum/styles/prosilver/theme/images/quote_rtl.gif); background-attachment: initial; background-origin: initial; background-clip: initial; background-color: #efeed9; border-top-width: 1px; border-right-width: 1px; border-bottom-width: 1px; border-left-width: 1px; border-top-style: solid; border-right-style: solid; border-bottom-style: solid; border-left-style: solid; border-top-color: #dbdbce; border-right-color: #dbdbce; border-bottom-color: #dbdbce; border-left-color: #dbdbce; font-size: 1em; overflow-x: hidden; overflow-y: hidden; background-position: 99% 8px; background-repeat: no-repeat no-repeat; "> אין די סעריע פון מעשיות ארום די ס"ת האב איך היינט געהערט א פרישע זאך.
אז רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט געבעטן פאר כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל זאל אפקויפן די ספר תורה, און ער האט איהם מציע געווען דאס צו קויפן בשותפות.
טראץ מיר ווייסן נישט ממקומות אחרים אז מרן זי"ע זאלעוסק זיין אין קניית חפצי צדיקים, ועמדי ביאור עמוק ע"ז מאחד מזקני חסידי פולין שהסתופף בצל רבינו, זאגן זיי אבער אז מרן האט חושש דעווען אז דער ס"ת וועט אנקומען צו א מאזויעם, און דעפאר האט ער פארבעט מעשים ברוב קדושתו אז מען זאל דאס אפקויפן. *> איך האב אויך געהערט די מעשה אבער איך האב נישט געהערט אז דער רבי זאל דאס וועלן אפקויפן בשותפות, נאר סתם געזאגט אז מ'דארף דאס אויסלייזן. (די מעשה שטאמט פון ר' ניסן לעזער פון באבוב, און פון ר' עזריאל גליק), ואם קבלה הוא נקבל. *> די מעשה איז דא די וואך און דער איד, עס שטייט אבער נישט ווער עס האט עס געהערט פון ר' ניסן לעזער, עס האט היינט איינער איבערגעפרעגט ר' ניסן, ער ווייסט נישט פון אזא מעשה, ער האט איבערגעפרעגט צוויי זוהן פון ר' ניסן, ר' אברהם אהרן ור' יצחק שלום, זיי ווייסן נישט פון אזא מעשה א מעשה וואס האט פאסירט און די ל' יארן ווען זיי זענען שוין געווען דערוואקסן וואלטן זיי אמאל געהערט, און אפי' סתם א מעשה פון פריער צווישען סאטמער רב און באבובער רב, וואלטן זיי געהערט. בכלל איז די מעשה א צ"ע, ווייל עס איז זייער שווער מסתבר אז דער רבי זאל פאר 40 יאר צוריק, (און די נישט געזונטע יארן) פירען אזא סארט געשפרעך מיט דעם באבובער רב, ועוד פ"וו איז ר' ניסן מיט געווען, ער איז שוין בימים ההם נישט מיטגעגאנגן ואת"ל אז די מעשה איז געווען פאר 40 יאר צוריק, ואין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה איז לאו דווקא, איז אויך נישט מעגליך ווייל זייער טאטע ר' אהרן ירוחם איז אוועק פורים תשכ"ט אין עלטער פון 64 יאר עיין כאן viewtopic.php?f=31&t=7121&p=206454&hilit=%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F+%D7%99%D7%A8%D7%95%D7%97%D7%9D#p206454 און בחייו ווען ער איז אלט געווען 63 און זיינע בחורים זענען געווען עלטערע בחורים און די הויכע דרייסיגער זאל מען חושש זיין אויף מוזעאים איז רחוק מן השכל בלייבט נאר איבער ר' עזריאל אלס עדות, דארף מען אים איבערפרעגן די פרטים, אפשר וועט ער קענען ווארפן א ליכט אויף די פרשה...
(קרעדיט אידישע וועלט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2011 03:18 |
|
| |
אן עלעגאנטער דייניגרום
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2011 00:17 |
|
| |
אין אן אנדערע נייעס האב איך געזעהן דאס בילד ווי די פני הקהילה האלטן די ספר תורה.
עס איז לכאורה א סימן מובהק אז די ספר תורה איז עכט דעם צאנזער רב'ס !
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2011 23:55 |
|
| |
אין אנדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן אז גאב"ד ירושלים האט היינט עולה געווען אין (פסולן) ספר תורה ביים נדבן ר' משה שמואל זופניק אינדערהיים
עקבתא דמשיחא במלוא מובן המלה
תוקן על ידי oאטמארער ב- 16/06/2011 23:56:54
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2011 20:51 |
|
| |
| היראים כתב: |  | ווי באקאנט האט דער 'לעבעדיגער ספר תורא' זוכה געווען דער הייליגער ספר תורה פון די ירוחם בחורים איז אנגעקומען לידו. ווי פארשטענדליך האט ר' זלמן לייב גלייך אנגעהויבן מיט א פראפאגאנדע קאמפיין, נעמליך ר' זלמן לייב האט א ''תורה'', וואס די ירוחם ברודער זאגען עדות אז ס'איז בירושה פונעם דברי חיים ז''ל, פין די אנדערע זייט איז עס אבער געווארען די געלעכטער אין שטאט ווי די זאליס מאכען די וועלטס פראפאגאנדע פין די ספר תורה וואס קיין שום אייניקעל פין הייליגען דברי חיים האט נישט געוואלט אפקויפן, צילוב די שוואכע באווייזען אז עס האט עפעס מיטן דברי חיים ז''ל נאכדערצו אז ס'איז דא באווייזן וואס צייגן אז ס'נישט מסתבר אז ס'האט מיטן דברי חיים ווי שוין ברייט ארויסגעברענגט. ווען די זאליס זעהן אז מ'מאכט חוזק פין זייער פראפאגאנדע גייען זיי ארויס פין די כלים, ענדליך האבען זיי שוין געטראפען עפעס א וועג צו ברענגן דעם עולם אויף שבועות אין צו מאכען אביסל פאבליסי אין PR אין ס'איז נאך די ליצנות אין שטאט, זיי חלום'ן אזוי טיעף ווי יעדער איז זיי מקנה, אין דא הערן זיי ווי די שטאט האלט זיך אינטער אויף זייערע חלומות מ'גייט טיילן שטובער אין פוניט פלאזא האטעל, דער עולם זאל קומען אויף שבועות ר חיים דוד כ''ץ האט מסכים געווען צו קומען פין ב''פ אין מ'גייט אים געבן די עלי' פין כהן ווייל די אקשען האט זיך גענדיגט ביי סטראבערי פין היידפארק ווי די זיבן זונען גייען שיינען, אפי' פילאפ אין וויינבערגער האבען מסכים געווען צו קומען קיין דאווענען ראדני ווייל זיי גייען אויך באקומען א כיבוד אין די ספר תורה אפגערעדט אז מ'האלט אינמיטן פועל'ן ביי ר' מנשה ער זאל פארשפארען זיין שול ביי אקדמות אין קומען דאווענען אין די הייליגע ראדני שול ווי מ'זאגט אים אויך צו אן עלי', ווייל די אקשען אויף היידפארק איז געבליבן ביי מהדרין אין באלאנד,
יעדע אשכול קאסט זיי בייז בלוט: זיי ווערן עפעס זייער געטראפען פין יעדע אשכול (אזש זייער פירער האט אויסגעמעקט די תגובה פין זעליג כהן...) אלזא איז פאסיג צו עפענען א אשכול צוזאמקלייבן אלע קללות און געבעקסן וואס איז שוין ארויסגעקומען פון די זאליס, און סוף דבר לאכן א גוט'ס.
איך הייב אן מיט די וואס כ'דענק, און איך בעט דער עולם זאל העלפן * דער ספר תורה איז קלאר דעם דברי חיים'ס והא ראי' מ'זעהט טרערן פונעם דברי חיים .... *צאנזער רבי פין נתני' האט עס געוואלט אפקויפן פאר 2 מיליאן דאללער אבער די ירוחם ברודער זאגען אז זיין בארד איז נישט גענוג לאנג (זיי פארשטייען צו בערד) * משה שמואל זופניק האט געקויפט דעם ספר תורה פאר א מיליאן דאללער, דאס וואס ער האט זיך פארעדט אז ס'האט ניטעמאל געקאסט האלב דערפון איז געווען ווייל ער איז געווען א רואיגע מיניט . * אלע קהילות האבען געוואלט אפקויפן די ספר תורה, אין די ירוחם ברודער האבען נאר מסכים געווען צו פארקויפן פאר ר' זלמן לייב....ווייל.... פרעגטס דעם בדחן * דער דברי חיים ז''ל האט מקפיד געווען פאר א ספרדישע שי''ן ווייל ס'דא וואס זאגען אזוי אין ס'דא וואס זאגען אזוי *דער דברי חיים האט געשריבן אין זיין ספר תורה קעגן זיינע אייגענע הוראות אין אזא ספר תורה האט ער אפילו געליינט יעדן טאג
(ציליב די בקשה פון די מנהל לייג איך עס דא אין איך עפן נישט א באזונדערע אשכול)
תוקן על ידי היראים ב- 06/06/2011 21:03:40
|
|
איך האב געהערט אז נאר זיינע דיינים האבען עולה געווען, קוקט אויס ווי די ליציטאציע האט נישט געהאט קיין קונים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2011 09:15 |
|
| |
נעבעך וואס די זאליס האבן געטאן מיט דעם נער משה שמואל.
די זאליס פארשטייען צו משה שמואל אייזן, ער איז דער יחצאל דארט, זיי מאכן מיט אים זה חלפתי א שיינע פאר מאל א יאר.
משה שמואל האט נעבעך ארויסגענומען א האלב מיליאן דאלער פון זיין פארמעגען, און דאס באגראבען צום געלער בדחן'נעס דמיונות וואס ער האט איינגערעדט משה שמואל, ווען משה שמואל האט זיך געכאפט, האבן די זאליס געטראפן א פרישע בפירושע ראי' פאר משה שמואל אז די ספר תורה איז 100 פארצענט פונעם דברי חיים.
ר' זלמן לייב האט ארויס גענומען די ספר תורה פונעם דאכענע, און געהייסען יודעלע וויינשטאק אריינוויינען אינעם ספר תורה... תיכף האט מען אריבער גערופען משה שמואל במעמד הגעלער בדחן, און מען האט אים געוויזען בפירוש'ע טרערן וואס איז באשטעטיגט 100 פארצענט אז עס איז פונעם דברי חיים...
והא ראי' אז עס שטייט אין דער איד...
אז מען האט געקענט איינרעדן די זאליס אז אריזאנע מצות איז זאלציג, בשעת יעדער קען דאס קאסטן און שפירן אז לא דובים ולא יער, שווערן זיך די זאליס אז עס איז זאלציג...
קען מען זיי איינרעדן אז די ספר תורה האט טרערן פונעם דברי חיים...!
משה שמואל איז איצט טויט ברוגז אויף די זאליס ווייל, ער האט געוואלט אז די הכנסת ספר תורה זאל מען מאכן איצט זונטאג פאר שבועות, כדי עס זאל קענען זיין א טראסק, מוזיק, פיקטשערס, וכו', אבער ר' זלמן לייב האט געזאגט אז ער איז נישט מסכים, ווייל טאמער עס וואלט געווען זינטאג, וואלט נאר ער און משה שמואל געהאט שטריימלך ביי די הכנסת ספר תורה, און די גאנצע שטאט וואלט זיך באסמקעוועט פון די בילדער פון די צוויי שותפים.
ממילא מאכט ער עס שבועות אזוי וועט יעדער גיין מיט שטריימלעך, און קיין בילדער בזיונות ווי ער טאנצט מיט זופניק וועט נישט זיין.
און פאר משה שמואל האבן זיי איינגערעדט אז עס ווערט געזאגט גרויסע שטרומעס רעגן אויף דעם זינטאג... מן הסתם האט געדארפט גיסן טרערן פונעם דברי חיים...
אזוי מאכן די זאליס מיטן יחצאל משה שמואל שטאטס פורים נער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 22:25 |
|
| |
פייוו בארא איכה? דער מטורף איז ווייטער דא!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 22:22 |
|
| |
פאר וואס איז דבר אחר {חזיר} ערגער פון אלע אנדערע חיות טמאות??
דבר אחר פושט כלפיו ואומר טהור אני, און דאס מאכט אים אנדערש פון אלע אנדערע חיות טמאות,
ווייל ער ניצט די איין סימן טהרה צו ווייזען אז ער האט סימני כשרות
כלפי מה דברים אמורים? די גרעסטע אידישע גניבה אינעם לעצטן יאר הונדערט, איז בלי שום ספק די ירושה גניבה וואס הגזל"ן האט גע'גנבט, שוין אפגערעדט פון די רבנות די הויז און דאס ביהמ"ד וואס ער האט גע'גזלט, איז דא דא פילע אנדערע ווערטפולע חפצים און די ווערט פון שווערע מיליאנען, וואס אלע ברידער דארפן זיך צוטיילען שווה בשווה, קיין שום תירוץ און די וועלט קען נישט פארענטפערן די פראסטע פשוט'ע גניבה, וואס א פשוטער איד, א עם הארץ האט עס נאך נישט געטיען,
קימט יעצט הגזל"ן, און ער זאגט טהור אני, איך האב ירושה פינעם דברי חיים זי"ע, א שיינע מעשה
עס איז נאך א שאלה צו די ספר תורה האט בכלל באלאנגט פארן דברי חיים, אבער לאמיר זאגען אז יא, דער הייליגע דברי חיים, וואס האט מקיים געווען לא תגורו מפני איש, וואלט אזא איינעם ווי הגזל"ן אראפ געווארפן אלע טרעיפ, פארן נישט וועלן גייען צו דין תורה, כדת משה וישראל, דער הייליגע דברי חיים, דארף נישט נישט אז זיין ספר תורה זאל ליגען אינאיינעם מיט די אנדערע חפצים וואס איז גע'גנב'ט,
א שיינע מעשה, פושט כלפיו ואומר טהור אני, שעים אן הים
תוקן על ידי have_hope ב- 06/06/2011 22:23:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 22:14 |
|
| |
| oאטמארער כתב: |  | | דער איד האט א אלטע היסטאריע פון פאדרייען פאקטן |
|
גראדע קוק איך אן דער איד אלס א מער פרעסטיזשפול צייטונג, קעגן דער בלאט, זעהט אויס ס'האט זיך אריינגעכאפט אביסל בלאט'יזם לכבוד שבועות,
זאג מיר באמת, דו האלטס נישט אז דאס איז געהעריג ליצי לצנות? וואס טרערן! ווען טרערן!
אויב די ארונים מיט די בלאט מאכן נישט קיין לעבן מיט די טרערן זענען זיי צדיקים גמורים,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 21:58 |
|
| |
דער איד האט א אלטע היסטאריע פון פאדרייען פאקטן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 21:50 |
|
| |
סקאט די טרערן וויץ איז געווען געדריקט אין דער איד
|
|
|
|
|