| נשלח ב-22/5/2011 22:22 |
|
| |
מעמד הדלקה וריקודי שמחה - אשרי עין ראתה!
וואס אן אמת געזאגט, "אשרי עין ראתה" איז אפשר נישט דער ריכטיגדער אויסדרוק, אויף אזא מעמד מרומם וואס טויזנטער אידן מנער ועד זקן האבן נעכטן מיטגעלעבט בעיה"ק קרית יואל יצ"ו, ווען די הרגשי שמחה און חדוה עילעא איז געווען עפעס אומבאשרייבליך.
עס איז נישט "לא ראתה", עס איז עפעס מער ווי סתם געזעהן. די געפילן, די הרגשים, זענען געווען אין די הויכע ספערן.
איך בין נישט געוואוינט צו שרייבן די סארט באריכטן דא, אבער פארט זייענדיג איינער פון די וועלכע האבן זוכה געווען צו וויילן נעכטן בצל הקודש, האס איך געשפירט א חוב לכה"פ צו גיין פתיחה, און עפענען א אשכול פאר די באריכטן.
ויבואו המגידים ויגידו.
(א באזונדערע דאנק קומט זיך פאר די עסקנים אין קר"י וועלכע האבן אריינגעלייגט קאפ און מח צום היי יעריגן נייעם מייסטערהאפטן סדר, וועלכע האט געטוישט דעם גאנצן מעמד צו עפעס א נייער סארט אומבאשרייבליכער געהויבענער געשעעניש, וואס מיר האבן נאכנישט מיטגעלעבט ביז היינט! יישר כחכם בשם אלפי אנ"ש).
תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/05/2011 22:25:03
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 21:31 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  |
(דיסקלעימער: איך רעד נישט פון התרגשות/התרוממות/קדושה/געגועין/כיסויפין און פעסער מיט אהבה וואס מ'קען נישט מעסטן - וכו' וכו'. איך רעד בלויז פון א מעמד הדלקה, ווייל דאס קען מען ענדערש מעסטן - ודי בזה).
|
|
רבי_יונה ודעימי', האסט א שטאקע פוינט, איך האלט אז די סארט הרגש וואס דו רעצט, איז נאר געאייגנט פאר העכערע סארט מענטשן, וואס פארשטייען און ליגן אין די ענינים, למשל אזא גאטונג ווי הרה"צ מהר"י ראטה, ער איז א איד וואס איז כידוע שטאק דבוק בתורת הח"ן און א עובד השם באמת ובתמים בלי שום פני', ווען ער גייט אויף מירון גייט ער נישט צוליב די חציונות'דיגע מראות והרגשים, פאר איהם האט עס אסאך מער טיפערע באדייט ווי איך אין דו
אני הצעיר, בין שוין מערערע מאל געווען אין מירון ל"ג בעומר, אויב איך זאל זאגן אז ס'געווען עפעס אנדערש ווי סיי וועלכער ציון פון די צדיקים ווי למשל אביי ורבא, וועל איך מיך סתם פאפן,
איך האלט אז ר' אהרן טוט א געוואלדיגע זאך, צו אויפהייבן המון עם אידישע קינדער, לפי דרכם, מיט ווארעמע ניגונים ומאורות כנהוג, סתם ארומוואנדערן אין מירון צווישן אלע סארט עלעמענטן, אן האבן א מושג וואס דער טיפער באדייט איז, איז סתם זיך גענארט,
איך זאג נישט, ווער ס'גייט מיט א ריינע כוונה מה טוב ומה נעים, אבער מ'דארף זיך נישט פאפן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 20:41 |
|
| |
איך בין שוין געווען אין מירון, איך האב שוין געזען אלע קליפס פון אלע רבי'ס, הויפן, חסידות'ן, הדלקה'ס.
אין מירון זענען טאקע דא איבער א מיליאן מענטשן, אבער קיין שום איינציגע הדלקה קומט נישט צו אפס קצהו פון דעם מעגא-מעמד אין קרית יואל.
אדרבה, אויב עמיצער האט עני קליפ, פון עני הדלקה אין מירון וואס קען זיך קאמפערן צו קרית יואל: ביטע ברענג עס.
(דיסקלעימער: איך רעד נישט פון התרגשות/התרוממות/קדושה/געגועין/כיסויפין און פעסער מיט אהבה וואס מ'קען נישט מעסטן - וכו' וכו'. איך רעד בלויז פון א מעמד הדלקה, ווייל דאס קען מען ענדערש מעסטן - ודי בזה).
ניזי קליפ ונחזי
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/05/2011 20:56:26
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 19:55 |
|
| |
נעבעך הופפער, דו האסט פארפאסט א גיטס, די צוגעמאכטע אויגן פיל מיט טרערן און די גרויסע לעקטער האבן דיר פארשטעלט דעם מחזה הוד, ווי רבבות אידן בלי שום גוזמא האבן זיך געהויבן אין די ליפטן מיט אזא התרוממות עד אין לשאר, אפילו דיין אשת חבר כחבר האט אויך געהאט איין אויג פארמאכט אויב זי האט נאר געזען 5000 נשים צדקניות...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 08:45 |
|
| |
די מוזיק אין די מייקס האבען נישט געטויגט אין די לעקטערס האבען אריין געשיינט אין דיא אויגען אבער רוב צייט האב איך געהאלטען מיינע אויגען פארמאכט במילא וועגען די הותעוררות וואס עס האט מיך ארומגענימען מיט טרערען
מיין ווייב איז אויך מיט געקימען אין זי האט נישט געקענט ציקימען אקעגען די רחבת הביה"ם ציליב דעם גרויסען געדרענג פין נשים וואס זי האט געשאצט ארום 5000
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 02:28 |
|
| |
איך מיין עס איז דא א מנהל פאר א סיבה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 02:21 |
|
| |
כבוד ידידי לא עליכם.
איך האב פארשידענע נושאים וואס איך שרייב, אבער ווער עס געדענקט האב איך נישט אנגעהויבן דא. איך פלעג זיך טענה'ן מיט די זאלונים פנים אל פנים אין זייער פארום, ביז ווען דער דארטיגער מנהל האט באשלאסן אז כדי זיין פארום זאל דינען די ציהל וואס ער זוכט, מוז ער מעקן פון מיר תגובות, טאמער עס פארענטפערט צו גוט זייער דמיון וכדו'.
אלזא, היינט צוטאג שרייב איך דא, און נישט יעדן טאג, נאר בעיקר בלויז ווען איך האב א טעמע וואס איז מעגליך אז דער עולם איז נישט באקאנט דערין, און איך האב געווענליך נאנטע אינפארמאציע צו פארשידענע זאכן פון ערשטע אדער גאר קראנטע מקורות.
אויב אבער ברויך איך זיך אוועקגיבן מיינע כוחות הנפש צו וויסן ויאזוי זיך צו ספראווען מיט א זאלי וואס שפילט ארוני פאר א געויסע באקאנטע צוועק, דאן איז דער פורם נישט פאר מיין באקוועמליכקייט.
דעריבער, כדי עס זאל נישט ווערן איינגעגעסן אזא מחלה, וועל איך דערמאנען מיינע ידידים דא, ביי יעדע תגובה פון אזא ניק, נישט מגיב צו זיין אויף דעם ניק וועלכער פארלעצט א תקנה נישט צו שפילן פארטיי.
הצלחה רבה, FiveBoro.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2011 01:57 |
|
| |
five boro אנשטאט צו פירקלען דא סתם אין די וועלט אריין, ווען יעדער האט באמת רשות צו שרייבן וואס ער האלט און וואס זיין מיינונג איז.
ענדערש שרייב אביסל וועגן 'אתרא קדישא' און וועגן די נושא פון קברים אין אר"י, כ'בענק מיך נאך דיינע געשרייבעכצער וועלכע פלעגן זיין געשריבן מיט א זעלטענעם זאפט און טעם להנות בהן בני אדם...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 23:26 |
|
| |
מיין פוינט איז, אויב מיינט מען רשב"י, און אויב מיינט מען די ערענסקייט פון די זאך,
דארף נישט אנגיין ווער נאך עס איז אלץ דארט, און אויב זאליס טאנצן מיט,
אויב אבער האט מען אינזין נאר שטותים, ווי פארטיי, אדער ווי גרויס און מעכטיג מען איז,
דאן קען מען קימען א טאג שפעטער אנגעבלאזן און אויפגערעגט פארוואס עס איז געווען זאליס,
ווייל פאר די סארט אידן, וואס זייער גאנצע מחשבה דרייט זיך ארום זאלי/פארטיי אד"ג, די האבן שוין אינגאנצן פארגעסן וואס א ל"ג בעומר מיינט, זיי זעען שוין איבעראל די זעלבע זאך, איינמאל זאליס און נאכאמאל זאליס, זיי קענענן זיצען ביים רבין'ס תורה ביים לחיים, און טראכטן ווי זאלי קראכט יעצט, און די תוצאה דערפון זעט זיך דא א טאג נאכדעם ווען מען זעט וואס עס ליגט זיין און קאפ, און וואס זיי האבן און מחשבה טאג און נאכט
תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 23:30:04
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 23:20 |
|
| |
ענקער בילדער זענען לכאורה געפעלטש ווייל האלב ארונים זענען געווען אין מירון לג בעומר
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 23:17 |
|
| |
| have_hope כתב: |  | | אבער עס איז דא אזוינע אידן וואס קימען צי די הדלקה, ווייל זיי ווילען זען די מעכטיגע עולם, צו ווייל זיי ווילען ווייזען וואס פאר א עולם עס איז דא, צו ווייל זיי האבן ליעב צו זען רבינו שליט"א אינאיינעם מיט אזא גרויסער עולם, פאר אזא איינעם באדערט טאקע אז עס איז דא פרעמדע, ווייל לויט יענעם האט דאך די גאנצע הדלקה גארנישט מיט ר' שמעון, אלעס איז לויטער פארטיי און כבוד, אזא איינער וויל טאקע אז נאר לויטער "טי פארטי" דזשיהאד חסידים זאלען זיך משתתף זיין, |
|
ביסט זיך אליינס סותר, שרייבסט אז זיי קומען ווייל זיי ווילן זעהן די מעכטיגע עולם, נו אדרבה! וואסא חילוק ווער ס'קומט, זאל יעדער קומען חסידים-מתנגדים-ליטאים, דער עיקר צו זעהן וואס א גרעסערער עולם!...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 22:39 |
|
| |
עני בילדער אדער ריפארט פון די סעודה נעכטן נאכט און הופער?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 22:31 |
|
| |
ביטע נישט מגיב זיין אויפן לעצטן תגובה, מפני תקנת המקום.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 22:30 |
|
| |
עני בילדער אדער ריפארט פון די סעודה נעכטן נאכט און הופער?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2011 21:16 |
|
| |
אבי דער עולם קומט צו שכל ווער דער נערישער שפילער איז, דאס האט מיך אבער נאך קיינער נישט געקענט ענטפרן פארוואס וועלן זיי איבערניצן די נערישע געווער פין ניצן א ניק אין שפילן ארונים, איז דאס אזא שטארקע געווער אז זיי זאלען האלטן אין איין איבערמאכען די זעלבע נערישע זשואק?
|
|
|
|
|