בית פורומים אידישע געדאנק

Rabbi Aron Teitelbaum Rabbi David Teversky 2 Rabbi's 2 Brother in laws Terrorizing their Communities

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2011 21:42 לינק ישיר 
Rabbi Aron Teitelbaum Rabbi David Teversky 2 Rabbi's 2 Brother in laws Terrorizing their Communities

RABBI ARON TEITELBAUM HEAD OF THE VILLAGE OF
KIRYAS JOEL MONROE NY 
שרעקעדיג! הר' אהרן טייטעלבוים'ס טעראר היסטאריע


RABBI DUVID TEVERSKY
HEAD OF VILLAGE OF  
OF NEW SQUARE



HISTORY NEW SQUARE TERROR
סקווערע טעראר


RABBI ROTTNBERG BEFORE THE ATTACK


AFTER THE ATTACK


שרעקדיג דאס סקווערע אכזריות! מוראדי'ג צו צוקיקען ווי א טייערער איד וואלגערט זיך פון יסורים

חולול ש"ש פון די סעקווערע רשעים

*

 

http://youtu.be/X30LlqyrihI

  



TERROR



_

http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=15887_













תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 25/05/2011 02:40:55




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2011 18:35 לינק ישיר 

 

נישטערנדיג אין מיינע ארכיוון האב איך מיר באגעגנט מיט די דרשה וואס א.ג. קרית יואלער רב האט געזאגט.

האט מען פאברענט...אבער סאיז ווייטער שטיל.

אין סאטמאר אין אין אין אין קראלע האט מען   אויך געשלאגן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2011 04:27 לינק ישיר 

סא דער ברך משה פלעגט יא מוחה זיין ווען מען האט געטאן טעראר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2011 01:32 לינק ישיר 

נישטערנדיג אין מיינע ארכיוון האב איך מיר באגעגנט מיט די דרשה וואס רבינו הברך משה האט געזאגט כ"ו אב תשנ"ב

כאפט א בליק ווער ס'האט טעראריזירט:

אויסגעלאזט דאס אלעס האט זיך דאס און ישיבה, איך קען אייך גארנישט זאגען וואספארא צרות דער רב האט דא געהאט, דער רב וואס ער זיצט דא נעבען מיר, איך קען אייך גארנישט זאגען, עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדען, אבער וויפיל טרערן ער האט מיר פארגאסן, פארוואס איך האב איהם אריינגשטעלט און די ישיבה!!.

 איר קענט פארשטיין אז א שייינער טאג האט מען איהם ארויס געמאפט אלע ספרים פון זיין שטוב, א שיינער טאג ער קומט אן און עס איז נישט דא א ספר, וואס עס איז געווען און זיין שטוב, שוין אפגערעדט מען האט איהם געוואלט אינטער צינדען דאס הויז, עס איז געשען ניסים אז עס איז נישט פארברענט געווארן, אוועקגע'גנב'ט טלית ותפילין איז פון די קלייניקייטן עד היום הזה האט מען עס נאכנישט אפגעגעבן . . ., איינמאל האב איך איהם געזען וויינען, עס איז געוועזן ווען זיי האבן אונגעצינדן פלוצלונג אנגעשיט בענזי"ן און געמאכט א שריפה און זיין אפיס, ער איז צו מיר געקומען אז ער קען נישט מער אויס האלטן, אבער איך האב איהם געזאגט פארפאלן אזוי איז דער 'גורל' איך קען נישט לאזן. . . , וואס זאל איך זאגן זאל איך איהם מאכן אויס ראש ישיבה, דאס ווילן זיי דאך, דאס איז דאך דער זייער גאנצער ציל, דאס איז דער תכלית!!,

_________________



תוקן על ידי וואלןסח ב- 27/05/2011 01:34:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 21:12 לינק ישיר 

אלא מאי אז ער געפינט זיך דאס פלאץ, מוז מען זאגן אז ער איז נישט קיין ציוני, ווייל וועסט דאך נישט גיין זאגן אז די רבי ז"ל האט איבערגעלאזט א גרויסע ביהמ"ד פיל מיט ציונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 03:03 לינק ישיר 

ווער זאגט אז דער רבי האט געהאט א פלען בי פאר אינפארסמענט? זייט ווען ברויך מען האבן אינפארסמענט? דער רבי האט סך הכל געזאגט וואסערע דריי זאכן ער פארלאנגט פון זיין שטעטל, און אזוי ווי משה'לע זאגט, האט מען קיינעם נישט פארלאנגט אונטער צו שרייבן אפילו די תקנות.

חוץ מזה וואס עס האט זיך פשוט נישט געלייגט אויפן שכל אז רבי אהרן לדוגמא זאל אמאל האבן א דריסת הרגל אין אזא עכט אנטי ציוניסטישע שטאט. לעולם וואלט ער - און זיין ב"ב - זיך נישט געדארפט געפונען דאס פלאץ אין אזא ריין אנטי ציוניסטיש שטעטל, פונקט ווי זיינע שוואגערס געפונען זיך נישט דא דאס פלאץ.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 02:38 לינק ישיר 

ביטע נאר מגיב זיין דא וועגן סאטמאר-סקווירא, די אנדערע אשכול איז נאר פאר סקווירא נייעס, איך האב דא אריבערגעברענגט די גאנצע טענה'ריי פונעם אנדערן אשכול




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2011 02:20 לינק ישיר 
ביטע נאר מגיב זיין דא וועגן סאטמאר-סקווירא, די אנדערע אשכול איז נאר פאר סקווירא נייעס, איך האב דא אריבערגעברענגט די גאנצע טענה'ריי פונעם אנדערן אשכול

קרעדיט: משהלע

איך הער אז דער סקווערער יאשקע וואלדמאן מיטן נאמען ראטטענבערג האט פונעם קראנקן בעט אין שפיטאל צו געזאגט פאר סאסמאן אז טאמער ער נעמט אן דעם קעיס גייען זיי א נאמען געבן פאר זייער נייעם מורדים  בית המדרש "סאסמאן'ס שוהל" לשמו ולזכרו פון דעם לויער מייקל סאסמאן, פונקט ווי די מורדים אין קרית יואל האבן געטון, בלייבט אונז נאר צו וואןנטשן פונקט ווי ער האט געהאט גרויס הצלחה ביי די רעבעצין שוהל אזוי זאל ער האבן הצלחה אין סקווער.


---------------------------------

boyskver

די רעטס ווי א פושטער רוצח! האלעויי, זאל ער האבן די זעלבע הצלחה קעגין דעם סקווערן רבין ווי ר' יוסל וואלדמאן האט געהאט קעגין דיין רבין, איך האלט אז אפילו די ארוינים שעמען זיך מיט דיין קאלט בליטיקייטן

---------------------------------

משהלע


בויטשיקל וואטס יור פראבלעם?, איך זע אז איך האב דיך ארויס גענומען פון די כלים. אגב, איך האב געזען דעם פאריגן מוצאי שבת אין קרית יואל די הצלחה וואס יאשקע מסור האט געהאט א קעגן מיין רבי.

------------------------------------

ברךמשהחסיד


איך האלט אז די סקווערער האבן געטאן א געוואלדיגע זאך מיט'ן נעמען מייקל סאסמאן וועלכער האט געוואלדיגע עקספיריענס און אפשטעלן טעראר.

הגם נישט שטענדיג האט ער מצליח געווען מיט זיין ארבעט, אבער בכלליות קומט זיך אים אסאך קרעדיט פאר'ן ערמעגליכן טויזנטער משפחות (אפילו אהרונים) אין קרית יואל צו לעבן במנוחה, און צו דאווענען וואו עס שמעקט זיי, און שיקן די קינדער לערנער ווי זיי האלטן פאר ריכטיג...

דער אמת איז, אז א רוב רובו רשעות וואס מען האט זיך אנגעליטן אין קרית יואל איז געקומען פון די קראנקע הנחה וואס דער סקווערער האט איינגעשטעלט אז:
"ווער עס וואוינט אין מיין שטעטל, איז מיין פריוואטער רכוש, איך קען אים איינטיילן פונקטליך וואס צו טאן אין פריוואטע זאכן (מען רעדט נישט פון קיום המצוות וואס דער בורא כל עולמים האט באפוילן), און אויב ער "שטעלט זיך נישט צו" איז זיין בלוט הפקר"!

זייער אסאך בלוט איז שוין פארגאסן געווארן פאר די הנחה, וואס אנדערע מושלים בכיפה האבן פרובירט נאכצומאכן אין קרית יואל און קרית טאהש

עס וואוינען צענדליגער טויזנטער משפחות אין אידישע צענטערן ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנטריאל, לאנדאן, אנטווערפן, טאראנטא, מאנטשעסטער, אויסטראליע, ירושלים, בני ברק, בית שמש, ביתר, אלעד, לעקוואוד פלעטשבוש, ועוד ועוד. עס בליעט אידישקייט אין די אלע פלעצער, קהלות בישראל וואקסן און שטייגן איבעראל.

אויף 3 פלעצער אויף די וועלט שטייען מענטשן אויס רדיפות, און א מעגליכע גזירות גירוש והלבנת פנים ברבים, פארן דאווענען אין אן אנדערע שוהל וכדומה.

און אלעס קומט פון סקווירא!

עס איז שוין די העכסטע צייט דאס אפצושטעלן!


עס מיינט נישט אז איך בין בעצם קעגן די קהילות, וועלכע זענען קהילות נאות בישראל, און גראדע איז דא טאקע אין סקווירא אסאך חשוב'ע אידן, מיט עשיית צדקה וחסד, תלמידי חכמים מופלגים ויראי השם. אבער אז עס קומט פאר אזא שוידערליכע מעשי רציחה מוז עפעס געטאן ווערן דאס אפצושטעלן.

איך בין זיכער אז דער רוצח שפיצער ווען ער איז געגאנגען פארברענען, האט געוואוסט ביי זיך קלאר אז ער טוט א גרויסע טובה פאר זיין רבי'ן, און דער רבי וועט שטארק הנאה האבן אויב ס'וועט גוט געלונגען, און זיינע חברים וועלן הנאה האבן, ער האט נישט געטראכט קיין רגע אז ער טוט עפעס א עוולה, און דאס איז דער גורם אז ער האט דאס געטאן.

-------------------------------------

ביידען


משהלע כתב:
איך הער אז דער סקווערער יאשקע וואלדמאן מיטן נאמען ראטטענבערג האט פונעם קראנקן בעט אין שפיטאל צו געזאגט פאר סאסמאן אז טאמער ער נעמט אן דעם קעיס גייען זיי א נאמען געבן פאר זייער נייעם מורדים  בית המדרש "סאסמאן'ס שוהל" לשמו ולזכרו פון דעם לויער מייקל סאסמאן, פונקט ווי די מורדים אין קרית יואל האבן געטון, בלייבט אונז נאר צו וואןנטשן פונקט ווי ער האט געהאט גרויס הצלחה ביי די רעבעצין שוהל אזוי זאל ער האבן הצלחה אין סקווער. 

משהלע דו קאסט מיר א שמייכל דו ביסט דאך קוים געווען געבוירן ווען קרית יואל האט אויסגעקוקט אסאך ערגער ווי סקווירא קוקט יעצט אויס. פרעג נאר דיין טאטע וויפל סאסמאן האט אויפגעטוהן.
איך וועל דיר נאר אויסרעכענען די 2 פראכטפולע בתי מדרשים אין הארץ פון קרית יואל ווי דער עם הארץ האט נישט קיין דריסת הרגל אזוי אויך די צענדליגער קלענערע בתי מדרשים אין נאך צענדליגער אויפטוען אדאנק סאסמאן אין פארשטייט זיך אויך הרה''ח ר' יוסל וואלדמאן שליט''א

-----------------------------------------

kj1234


משהלע כתב:
בויטשיקל וואטס יור פראבלעם?, איך זע אז איך האב דיך ארויס גענומען פון די כלים. אגב, איך האב געזען דעם פאריגן מוצאי שבת אין קרית יואל די הצלחה וואס יאשקע מסור האט געהאט א קעגן מיין רבי.


ווייסט איינער פארוואס מהאט אוועק גענימען א גאנצע רייע מיט פרענטשעס וואס סאיז געווען פאריאר ביי זיין מעדיקעד פעיד הדלקה מיט עפעס א נארישע תירוץ ?

------------------------------------------

משהלע


עס קאסט מיך א לאך ווי די אויסגעשפילטע זאליס קלאפן זיך אין די פלייצע אז סאסמאן האט פאר זיי זייער אסאך געווינען, וואס שרייען זיי נאר? אז יאשקע וואלדמאן "קען שיקן זיינע קינדער ווי ער וויל" א געוואלדיגער געווינס, ווי גלייך מען האט פארגעסן אז יאשקע וואלדמאן האט דווקא געוואלט זיינע קינדער זאלן לערנען אין אינזערע מוסדות, און מען זיי זיי נישט קענען ארויסווארפן, און האט פארפירט אין געריכט צוזאמען מיט זיין חבר הרב סאסמאן אז מען קען נישט ארויס ווארפן די קינדער ווייל זיי האבן נישט ווי צו גיין, ובפרט אינמיטן זמן, (כאטש די בני המן האבן שוין געהאט אייגענע מוסדות, האט יאשקע מסור געשריגן אין קארט אז ער וויל דארט נישט שיקן ווייל דאס איז געאסערטע מוסדות), און דער קארט האט געזאגט או קיי, אינמיטן זמן נישט, אבער נעקסטן זמן זענען זיי אינדרויסן, האבן זיי בדלית ברירה געדארפט גיין צו די בני המן מוסדות, יאשקע וואלדמאן פונקט ווי זיין קאנטער פארט אין סקווער ווילן נישט אז קיינער זאל זיי איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן, אבער זיי ווילן אנטיילן פאר די קהלה און פארן רבין וויאזוי מען זאל זיך פירן, יא מיר זען די גרויסע הצלחה פון די בני המן, קודם ביי די וואלן, דערנאך ביי זייער קרעטשמע ווי מען האט זיי פאריאגט ווי הינטעלעך, צוזאמען מיט דעם גרויסן סאסמאן, דער פאקט איז, אז אין דעם אהרונישע בית המדרש עצי תמרים דאווענען מער מענטשן ווי אין אלע קעגנערישע בתי מדרשים קאמביינד, א געוואלדיגער נצחון.  

-------------------------------------

ברךמשהחסיד


ביידען:
ס'איז בכלל נישט נוגע וויפיל שולן רא"ט קען אריינטרעטן, מיך באדערט נישט ווען ער קען אריינטרעטן און אנדערע שולן נישט פון זיין קהלה!

די נקודה איז איין זאך, אויב איינער איז מחליט פאר סיי וועלכע סיבה צו דאווענען און אנדערע שול וואו ער איז מער באקוועם, באקומט ער נישט קיין "טויט-שטראף"! און מען קען אים גארנישט טאן דערפאר!
ער שטייט נישט אויס קיין גזירת גירוש דערפאר! און אויף גאס קענען וואוינען אלע סארט מענטשן, פיינע וואוילע ערליכע אידן, יעדער איז צופרידן, אלע מיני באסעס פארן ארום נעמען די קינדער, און יעדער דאווענט וואו ער וויל. און לאמיר דיר זאגן עפעס די וועלט איז נישט אונטערגעגאנגען אפילו פאר רבי אהרן, ווען ער שטעלט צו א שיינע הדלקה קומען מענטשן פון אלע קרייזן קוקן וועמען ס'איז אינטרעסאנט, און זיינע מענטשן קענען גיין צו אים וויפיל זיי ווילן.
זיי קענען זיך נישט נאכגעבן די גרויסע תאווה פון הערשן אויף "יעדן", ובשכר זה לעבן זיי אליינס רואיגער!

----------------------------------

סקאטמאלען


ברךמשה, האסט א פרעכער טעות

די מקומות, מונרו, סקווירא און טאהש, ודומיהם, זענען אויסדריקלען שונות משאר מקומות,

די אלע מקומות האט אן אינדווידועל מאן גערגרינדעט זאל זיין דייקא אנדערש ווי די גרויסע אידישע ישובים, זאל טאקע זיין 'דיקטאטוריש',

(אוואדי און אוואדי נישט מעשי אלימות, ורציחות, איך רעד פון די עצם הנהגה און השתעבדות צו אט דער הנהגה)

דער רבי ז"ל, מיט להבחט"א דער טאשער רבי זענען עפעס געווען ריל'עסטעיט דעוועלאפערס וואס האבן סתם געקענט באשטיין זאל זיין נאך פרומע ישובים?

דאס זענען אלע געגרינדעט געווארן, אז די שטעטל זאל געפירט ווערן לויט די געשמאק אין סטייל פון די מייסדים ז"ל/שליט"א, און ווער עס איז מורד אין די הנהגה איז א פאלנער גנב, פונעם מייסד, און א פורץ גדר,

אז איינער גלייכט נישט די הנהגה, האט ער דאך א לאנגער ליסטע אויסוואל פון אידישע ישובים (ווי די רעכנסט אויס) ווי ער איז פריי זיך צו פירן לויט זיין געשמאק, וואס קומסטו צו מיין שטעטל וואס איך האב מייסד געווען, איך בין דאך אנטלאפן פון דיר? וואס לויפסטו מיך נאך?

_________________

----------------------------------

ברךמשהחסיד


משה'לע
דאס קענסטו טאן, שרייבן צונעמען: יאשקע, סאסמאן, קרעטשמע, בני המן, [קרעציגע, ווערעמיגע, פסולי קידושין]......

סך הכל איז, אז אין קרית יואל בליעט אידישקייט ביי אלע קהלות, איש על מחנהו ואיש על דגלו, נאר א שווערע מלחמה מיט די "סקווערע הנחה" אז אלע איינוואוינער פונעם "שטעטל" זענען רכושו הפרטי פונעם הערשער.

דאס האט מען ברוך השם אויסגעריסן, און ס'איז אנגעקומען שווער און מען האט געהאט אסאך "דורכפעלער" אויפן וועג, (פון אסאך ווייסט עטץ אפילו נישט...). אבער למעשה איז מען ב"ה זייער זייער ווייט אנגעקומען.

און די זעלבע זאך דארף פאסירן איבעראל, אז נישט קומט עס צו רציחה...

----------------------------------------

משהלע


איך וויל דיך פרעגן? וואס מעג מען יא אנטיילן פאר יענעם און וואס נישט? מעג מען גיין מיט מלבושי חצופות? צו פאר דעם מעג מען יא ארויס ווארפן? און אויב יא, פארוואס ביי דעם מעג מען יא ארויס ווארפן?, קומט זיך טויט שטראף ווען איינער וויל יא טראגן מיטן עירוב, און אויב קען מען דאס יא צווינגען, שרייב פארוואס? מעג יצחק ראזענבערג פארדינגען זיין זאל פאר גוים? צו קען עם צווינגען אז ער זאל נישט, זיי ביטע מסביר, ווען קען מען יא צווינגען און ווען נישט.

-----------------------------------------

אומזיסט


סקאטמאלען, נארישקייטן, דו האסט דעם פריעריגן סאטמאר רב נישט געקאנט. זיין ציל איז בכלל נישט געווען שולט צו זיין אויף אידן, און בכלל נישט זיך צו בוישן, וואטש פאר דו רעדסט. דיקטאטאריע און טאטאליריטעט איז בכלל נישט געווען זיין ציל. די איין מעשה וואס איז זיך אגב מכחיש מיט אסאך אנדערע, וואס דער בעל משה היה רועה האט מחדש געווען אז דער רבי זאל האבן געזאגט פאר שאפראנער רב אז ער וויל א שטעטל אין אמעריקע פונקט ווי אינדערהיים, איז דער נאמן דערויף דער בעל ומשה היה רועה. פאר ווער עס וויל צוויסן זיין נאמנות, זאל פשוט ליינען וויאזוי ער באשרייבט דעם וויזניצן שידוך.

אמת, געוויסע תקנות האט ער איינגעשטעלט וואס זאלן מחייב זיין יעדן תושב. אבער קיין איינע פון זיי נישט בשייכות צו א הנהגה. ווילסט אוודאי הערן וואס? אז אין שטעטל זאל נישט זיין קיין איין ציוני. דעטס איט.

און גראדע האט ער אראפגעשטעלט נאך א תנאי, אז מען זאל גארנישט בעטן פון די תושבי הקרי' קיין שטייער פאר די דירה, נסאר אדרבה די קהילה זאל ווי ווייט מעגליך סובסידייזן די דירות עס זאל זיין דאס ביליגסטע וואס איז שייך. - טאקע נישט קיין ריעל עסטעיט דעוועלאפער...

-------------------------------------------

סקאטמאלען


כ'פארשטיי נישט

וויזוי ביסטו גאראנטירט אז דער שטעטל זאל נישט האבן קיין איין ציוני, אויב קיינער איז נישט משעובד צו דער קהלה? איך ברויך נאר א מייקל סוסמאן מיט א יאסל וואלדמאן, און מארגן עפען איך א ליבאוויטשער קהלה און מיטן מאנרא. נו צו וואס דער שטעטל? פארדעם האט דער רבי בערוב ימיו ובשארית כחותיו זיך ארויסגעשלעפט בארץ לא זרועה, אז זאל זיך עפענען דארט כלערעליי קהלות אן קיין קאנטראל? וואלט ער דאך געקענט בלייבן און ברוקלין.

--------------------------------------

רבינחום


משהלע
איך מיין אז אסאמא בין לאדין איז קליין פאר דיר

-----------------------------------

משהלע


רבי נחום, דאס הייסט גענטפערט צו דערזאך!!!

----------------------------------

ברךמשהחסיד

סקאט

די מקומות, קרית יואל, סקווירא און טאהש, האט אן אינדווידועל מאן געגרינדעט למען כבוד השי"ת, מען זאל קענען דארט זיין פיינע וואוילע ערליכע אידן, נישט עס זאל חס ושלום זיין 'דיקטאטוריש', צו באהערשן אידן.

דער סאטמאר'ער רבי זי"ע, מיט סקווערע רבי זי"ע און להבחט"א דער טאשער רבי שליט"א, זענען נישט געווען סתם ריעל עסטעיט דעוועלאפערס, וואס האבן סתם געקענט באשטיין ס'זאל זיין נאך פרומע ישובים, זיי זאלן דערפון פארדינען געלט, נאר פארקערט אז אידן זאלן קענען וואוינען אפגעזונדערט פון די גוי'אישע גאס בקדושה ובטהרה. און זייער גאנצע לעבן זענען געווען פארנומען צו "געבן" פאר'ן ציבור, און נישט צו "נעמען" פונעם ציבור פאר פריוואטע אינטערעסן.
און דאס באמת דער רצון פון די תושבים אין די אלע שטעטלעך.
 
דער אויסטרעף אז דער ציל פונעם שטעטל איז צו דינען די "הנהגה'', ווי די אלטע פריצים אין מיטלאלטער, דאס האט סקווירא ערפינדן, און די אנדערע האבן דאס פרובירט נאכצומאכן, ווען עס האבן איבערגענומען און געטראכט וויאזוי מען קען דאס בעסטע "קעשן" דעם פארמעגן וואס מען האט באקומען בירושה...

ווען איך וואלט געזען אז די אלע שטעטלעך רודפ'ן אזעלכע וואס זענען שוואך אין אידישקייט, וואלט איך געקענט טראכטן אז דאס איז די ציל פון שטעטל (הגם ס'איז אפשר נישט דער ריכטיגער וועג).
למעשה איז דער ציל געווארן צו דינען די הערשאפט, און ווער ס'איז גוט מיט די פירערשאפט מעג זיין דער שוואכסטער מענטש, און ער איז א גאנצער יום זה מכובד, אבער ווען איינער איז נישט איינשטימיג מיט די הנהגה, מעג ער זיין דער גרעסטער תלמיד חכם וירא ה' אבער זיין בלוט איז הפקר, נישט פאר דעם האבן די צדיקים געגרינדעט שטעטלעך.

די טענה אז וועמען עס געפעלט נישט, קען אוועקמופן, האט טאקע איזאבעלע געזאגט ביים גרינדן די אינקוויזיציע אין שפאניע, אז ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן זאל אוועקמופען, אז נישט וועט מען אים פארברענען אויפן שייטערהויפן.

לשיטתך ווען איינער מופט ארויס אין א שטעטל, אדער קאנטרי, איז ער זיך משעבד צום דעוועלאפער אז זיינע קינדער וואס וועלן אים אויטאמאטיש איבערנעמען, אויף לעבנסלעגליכע טערמינען, אן קיין וואלן, וועלן הערשן אויף אים און זיינע קינדער לעולם ועד, און זאלן אים קענען ארויסטראסקענען ווען עס שמעקט זיי אזוי?

--------------------------------------

משהלע


ברך משה מתנגד, הער נאר דעם טעיפ פון די פתיחה פון שנת תשכ''ז וועסטו געוואר ווערן וואס דער רבי זי''ע האט געוואלט, פרעג ר' אה''ש וואס איז געגאנגען צום דברי יואל ביום חופתו מפייס זיין וועגן עפעס א גשמיות'דיגער אקט וואס ער האט געטון אין די ישיבה מיט יארן בעפאר, וועט ער דיר זאגן וואס דער רבי האט געוואלט, פרעג ר' ד''ר און ר' ס''ר וואס דער רבי האט געוואלט, פרעג די אלע יו ען גייערס וואס זענען געגאנגען מפייס זיין דעם רבי'ן און ער האט זיי געשיקט מפייס זיין ר' ליפא פריעדמאן ע''ה וועסטו געוואויר ווערן וואס פאר א קאנטראל דער רבי האט געוואלט, דיינע פאנטאזיעס און חלומות טוישט נישט די היסטארי, דער רבי האט געוואלט קאנטראל, און וועם עס געפעלט נישט זאל זיך גיין לחיים ולשלום, וויאזוי האט נאר דער רבי געזאגט? "איך נייט נישט קיינעם צו זיין ביי אונז, וועם עס געפעלט נישט זאל ער זיך גיין לחיים ולשלום, און אויב נישט וועל איך מיך נוקם זיין פון עם בזה ובבא" דאס איז נישט קיין קאנטראל, הא?, דאס איז איש כל הישר בעיניו יעשה? ניין, דער רבי האט געהאלטן אז הפקרות איז מנוגד צו הנהגה, און הנהגה איז ביי עם געווען נומבער איינס!!!

אגב, וואס האלסטו, אויב איינער באשליסט אז ער וויל יא האבן א טעלעוויזשאן, מעג מען עם ארויס ווארפן, אדער הייסט דאס טעראריזירט?, און אויב א פרוי וויל גיין מיט אייגענע האר מעג איר ארויס ווארפן פון שטעטל אדער הייסט דאס טעראר? גלייב מיר עס זענען דא פיל גאנץ ערליכע אידן וואס האבן טעלעוויזשאנס און זייערע ווייבער שערן זיך נישט אפ די האר, אבער ביי אונז איז דאס חזיר טריפה, און דער רבי זי''ע האט געבויט דאס שטעטל אויסדריקלעך יא צו האבן קאנטראל, און וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין לחיים ולשלום,

_________________

---------------------------------------

וואלןסח


ברך משה מתנגד
דו רעדסט ווי א ריכטיגער....
פרעג דיין זרילע וואס עטץ האטס אימפארטעט ווי ער פלעגט וויינען ביי זיינע דרשות, "הנהאגע", די רבי האט געוואלט ס'זאל זיין א "האנהאגע"
מיר געדענקן אלע זיינע ווערטער, וכך למדתני אבי וזקיני ורבותי בישיבה, די ערגסטע זאך איז געווען ביים רבין ווער ס'האט געטשעפעט די הנהגה
און יעצט אלס ברך משה חסיד ווי דו פאררופסט דיך, אפשר לייגסטו פונקטליך אראפ ווי מען האט גערודפט אידן פארן נישט דאווענען אין ביהמ"ד, צו עפעס אנדערש
מיין היסטאריע וואס איך ווייס זענען די ערשטע רודפים געווען די אנשי דור הפלגה, די האבן טעראריזירט דעם הייליגן ברך משה אויף טריט און שריט און געטרינקען זיין בלוט ווי מען האט געקענט, אויב האט מען נישט געזינגען דעם לא תבושי ניגון איז די רעבעצין אריינגעקומען שרייען, דאס איז נישט דיקטאטארשאפט?
פוינט מיר ווי האסטו געזען ווי דער ברך משה צו רבינו שליט"א זענען איינעם געשטאנען אין וועג על לא דבר?


איך האב א פעטער וואס וואוינט אין קרית יואל זינט תשמ"ה, ער איז אין זיין לעבן נישט געקומען צו א טיש פון ברך משה, ניטאמאל שבועות, ער פלעגט גיין מיט א קוויטל אמאל א אמאל, ער האט גארנישט געהאט קעגן ברך משה, אבער ער איז קיינמאל געקומען
האט מען אים אמאל געטשעפעט? קיינמאל!
זאג מיר א זאך וואס א מענטש האט געטון, וואס האט נישט געהאט מיט צוברעכן די הנהגה, וואס פאר דעם האט מען איינעם גערודפט


-----------------------------------------

ביידען


אנבעליוועבל ווי די ניגון טוישט זיך נעכטן האבן די ארוני שרייבער פרובירט אנצולייגן אלע טעראר אויף משה פריעדמאן אין היינט האט זיך דער ניגון געטוישט אז ער האט גאר גוט געטוהן מיט די אלע טעראר
ארוניםליך דעקעלעך מעיק אפ יאר מיינד

--------------------------------------

ביידען


דער סאטמאר'ער רבי זי"ע, האט ארויסגעוואנדערט בארץ לא זרועה, בשארית כוחותיו, און געגרינדעט א שטעטלע מיט מסירת נפש ממש, נאר פאר איין סיבה ווייל ער האט געוויסט אז אין שטאט ניו יארק איז ער נישט בעה"ב און ער קען נישט צווינגן קיינעם וויזוי זיך נוהג צו זיין, אשר ע"כ האט ער געזאגט פאר זיינע חסידים הנאמנים: מיינע טייערע חסידים, אויב ווילט איר וואוינען אין א שטאט וואס דער גאנצער שטאט ווערט געפירט לפי רוחי והדרכתי והשפעתי, דאן קום זשע מיט מיר גלות, נעמטס מיט דעם וואנדער שטעקן און מ'העמיר זיך באזעצן במקום רחוק, ווי מיין ק"ק איז דער אויסשליסליכער בעה"ב, אויב גלייכט איר נישט מיין הנהגה, דאן בלייבט און ברוקלין, ווי איר קענט זיך אויפירן לויט אייער געשמאק, קיינער צווינגט אייך נישט צו וואוינען און מיין שטעטל, וואס איך האב געבויט מיט מיינע עשר אצבעות,

------------------------------------

ברךמשהחסיד


עס איז אמת אז עס דארף זיין א הנהגה, און ס'איז א גוטע זאך ווען א ציבור האלט זיך צוזאמען!

און מיט א כח פון אחדות קען מען אנקומען זייער ווייט!


אבער די שאלה איז, וואס זענען די רעכטן און די התחייבות'ער פון די הנהגה.
איז זייער מאכט אנלימיטעט?

יעדער וואונטש זיך אז אלעס זאל ביי אים פארן על מי מנוחות, די שאלה איז ווען עס גייט נישט פונקטליך וויאזוי דער הערשער וויל, וואס טוט ער דעמאלט?

וואס זענען די עונשים פאר די וואס ווילן זיך נישט הונדערט פראצענט אונטערווארפן די הנהגה?

האט די הנהגה די רעכט צו פירן א גרעניצלאזע העצע וואס זאל ברענגען מען זאל יענעם פארברענען אויפן שייטערהויפן? אדער אנדערע ברוטאלע פירונגען?

איז דא בכלל "גרעניצן" וואס דארט שטעלט מען זיך אפ?

איז אין דיינע אויגן בארעכטיגט די מעשי רציחה וואס מען האט געטאן פאר ראטענבערג (וואס ווערט אנגערופן אויף כל העולם כולו דער "יאשקע" פון סקווירא)?

---------------------------------------

ברךמשהחסיד


סקאטמאלען כתב:
דער סאטמאר'ער רבי זי"ע... האט ער געזאגט פאר זיינע חסידים הנאמנים: מיינע טייערע חסידים, אויב ווילט איר וואוינען אין א שטאט וואס דער גאנצער שטאט ווערט געפירט לפי רוחי והדרכתי והשפעתי, דאן קום זשע מיט מיר גלות, נעמטס מיט דעם וואנדער שטעקן און מ'העמיר זיך באזעצן במקום רחוק, ווי מיין ק"ק איז דער אויסשליסליכער בעה"ב...


ס'איז דא א טעיפ וואו מען הערט אז דער סאטמאר'ער רבי זי"ע זאגט דאס?

און וואס זאגט ער זאל מען טאן לאחר פטירתו?

------------------------------------------

וואלןסח


איך ווייס נישט צו דו רעדסט צו מיר, אבער איך וויל מיך אנרופן
וואס מען האט געטון א סקווירא איז קלאר נישט קיין בארעכטיגטע זאך, רציחה איז נישט מותר, אבער ענג מאכן ער זאל זיך נישט טרעפן דאס פלאץ, דאס האט מען שוין געהערט
אבער לאמיר צוריקגיין צום פארדרייטן נושא, אפשר ענטפערסטו מיר ביטע וועם מען האט געבאדערט אין קרית יואל פארן גארנישט טון, נעם אפילו אזא זאך, פארן נישט דאווענען אין ביהמ"ד


--------------------------------------------

רשכבהגולם


לאז מיך אביסל אויס גראדן די זאך,
ראטנבערג'ס חטא איז בכלל נישט געווען ווייל ער גייט נישט און בית המדרש דאווענען,
פארדעם אליין באשטראפט מען און סקווער אויך נישט,
זיין חטא איז געווען אז ער גייט יא דאווענען און בית המדרש נאר נישט און דעם בית מדרש וואס די הנהגה וואלט געוואלט ער זאהל דאווענען,

אלזא: יא און קרית יואל האט מען יורד געווען לתוך חייו פון מענטשן, וואס זענען געגאנגען דאווענען און בית מדרש, נישט און א ריהעב נאר אזעלעכע שילען וואס זענען געווען אינטער די הנהגה פון גאר חשובע תלמידים פון רבין, און האבן געהאט מער שייכות צום רבין, ווי דער טעכנישע יורש

--------------------------------------

ברךמשהחסיד


איך וועל אויך אביסל אויסגראדן די זאך, איך האב נישט גארנישט קעגן דעם סקווערער רבי'ן אדער סקווערער חסידים, און איך קען נישט דעם הויז-בחור אין נישט דעם ראטטענבערג.

און איך האב שוין פריער געשריבן, אז איך קען אסאך סקווערער חסידים גאר געהויבענע אידן, וואס מען קען זיך פון זיי אפלערנען.

אבער איך האב געזען דעם בילד פון דער פארברענטן איד, האב איך ממש געוויינט, און נישט געקענט צוקוקן ווי ווייט מען איז צוגעקומען מיט העצע, אז א אידיש קינד מזרע ישראל, נאך א חסיד, און א הויז בחור פון א רבי'ן, איז צוגעקומען צו קענען טאן אזא שרעקליכע מעשה רציחה, קעגן א צווייטן איד, ווייל מען האט אים אנגעהעצט (איך האף אז מען האט אים נישט געשיקט!).

בעצם איז דער הויז-בחור דער גרעסטער שונא פון זיין רבי'ן, ווייל עס ווייזט, אז ער האלט, אז זיין רבי האט הנאה ווען זיינע שונאים ווערן פארברענט, ער וואלט דאך זיכער נישט געוואלט מצער זיין דעם רבי'ן.

לאמיר האפן אז דאס זאל כאטש דינען אלס לעקציע, מען זאל נישט מחנך זיין קינדער צו האס, און צו מעשה אלימות... און דער סקווערער שטעטל זאל נאר ברענגען כבוד פאר השי"ת, און פאר חסידים, און פאר גאנץ כלל ישראל.

און לאמיר טאקע מתפלל זיין אז אזעלכע זאכן זאל זיך נישט מאכן ביי קיין שום ערליכע אידן, אונזער פנים איז נעבעך גענוג פארשווארצט.

בנוגע קרית יואל בין איך יעצט נישט אין די גיסטע איבערצוגיין אלע ווייטאגליכע פעלער, וויאזוי מען האט אויפגעשטעלט א גאנצע מצוה פון "ענג מאכן" אידן, ברוך השם אז מען האלט מער ווייניגער דערנאך.

------------------------------------

וואלןסח


אט אזוי האב איך מיט נאך טויזענטער אידן געוויינט ווען דער הייליגער ברך משה איז אוועקגעפארן קיין פלארידא אין די טאג פון זיין עלטסטע איר אייניקל'ס חתונה, אלס צוליב העצע פון זרע ישראל

צוריק צום נושא

-------------------------------------

קוק_ווינקל


איך בין יעצט דורך געלאפן די אשכול דא צום ערשטן מאל, איך קען נישט קאפיען אלע שטיתים פון די ארונים און אפענטפערן, דא אינטערשטע שורה איז אזוי.
די ארונים דרייען מיטן צינג רעכטס און לינקס ווען מ'רעדט פון אלימות, ווייל זיי ווייסן אליין נישט פינטקלעך וואס יא ווען נישט וכדו'
די תורה'דיגע מהלך איז אז ווען א מענטש איז עובר אויף הארבע עבירות ווי רציחה חילול שבת טריפות אישות וכדו' דארף מען איהם אפשטעלן מיט גיטן אדער מיט שלעכטן, מיט יעדע אופן וואס מעגליך, ווען א מענטש טוט עפעס וואס שמעקט מיר נישט באיזה אופן שהוא דארף מען עם ריפן צו דין תורה, אויב האט מען א היתר בי"ד קען מען גיין אין קאורט. נישט מער.
בנוגע קרית יואל קוק אריין אין ספר רצון צדיק פארוואס די רבי האט געבויט די שטעטל, ס'איז דא כמה טעיפ'ס אין מכתבים ווי מ'זעט אז די רבי האט קלאר יא געוואלט האבן אלע חסידעסער אין שטעטל.

--------------------------------





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 02:08 לינק ישיר 

א פריוואטע געפעכט... נישטא ווער זאל לאכן.
עפעס דערמאנט עס מיר פון א אנדערע מעיאר און א אנדערע ווילעזש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 00:34 לינק ישיר 
סקווערער רבי איז יעצט אויך אימפליקעטעד אין MUDER ר"ל אבער די אכזריותדיגע סקווערע פירערעס מאכן זיך פאר תם מעוואטע!

Suspect in New Square arson attack now facing murder charge

by

New Square — Ramapo police have upgraded the charges against the suspect believed to have attacked a Truman Avenue man early Sunday morning after trying to burn down his home.

Shaul Spitzer, 18, of nearby Adams Lane, now faces charges of first-degree arson and second-degree attempted murder, both felonies. He had previously been charged with felony counts of first-degree attempted arson and first-degree assault.

Police said Spitzer was responsible in the arson attack that left Aron Rottenberg, 43, with third-degree burns to 50 percent of his body.

Rottenberg was taken to Westchester Medical Center in Valhalla and remains there in serious condition. He is expected to survive his injuries, police said today.

Rottenberg's family say they have been the target of violence and protests in the Hasidic enclave because Rottenberg worships at the Friedwald Center, rather than the community's main synagogue.

But at a press conference at 2:30 p.m. today Ramapo Supervisor Christopher St. Lawrence said he had spoken with New Square Deputy Mayor Israel Spitzer and had been assured that Sunday's attack was the result of a private dispute between the two men and not a campaign of retribution.

Rottenberg's family has strongly disputed that conclusion.

Police said they are continuing to investigate and released only a few additional details, some of them grisly.

When police arrived at Rottenberg's home on Sunday at 4:12 a.m. they found him sitting on the front steps of his home so badly burned smoke was rising from his body.

Rottenberg's son also suffered burns on his fingers after trying to put out the flames.

Read more tomorrow at lohud.com and in The Journal News.

http://www.lohud.com/article/20110523/NEWS03/105230359/Suspect-New-Square-arson-attack-now-facing-murder-charge?odyssey=tab%7Ctopnews%7Ctext%7CFrontpage



תוקן על ידי boyskver ב- 24/05/2011 00:44:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 00:27 לינק ישיר 
בקשו רחמים חיים אהרן בן חי' שרה, 5 שעה אפערעשין היינט, קול קורא נתפרסם אין א"י

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2011 00:15 לינק ישיר 
NEW SQUARE TERROR

 
http://youtu.be/J1mapfaM7dU



תוקן על ידי boyskver ב- 24/05/2011 00:21:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 23:22 לינק ישיר 

א גרויל אז זיי פאררופן זיך אלץ אידישע קינדער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2011 22:56 לינק ישיר 

א גרויל! יודישע קינדער פירן זיך אזוי אויף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2011 22:14 לינק ישיר 
KIRYAS JOEL TERROR BY RABBI ARON TEITELBAUM

 

Frum Tube Closing Synagogue
http://frumtube.com/play.php?vid=2256

RABBI ARON TEITELBAUM Closing Synagogue
 


 


 KJ Terror Rabbi Aron Teitelbaum's Disgracing the new Cemetry
 


רוצחים תלמידי ר' אהרן טייטלבוים נגד הגאון הצדיק ר' יחזקאל ראטה שליט"א

 
טעראר ע"י הר' אהרן טייטלבוים ילד פייער ר"ל 47 מנוטן 73 נפשות היו בסכנות נפשות

 






תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 25/05/2011 02:41:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > Rabbi Aron Teitelbaum Rabbi David Teversky 2 Rabbi's 2 Brother in laws Terrorizing their Communities
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext