|
|
| נשלח ב-26/5/2011 23:54 |
|
| |
גביראדיר ווער נישט אזוי ווילד איך האב נישט געוויסט אז די ביסט א קארלינער. איך האב דיר געזאגט אז די מעשה האט פאסירט ביום הסתלקתו אז א אייניקל וועט געבוירן ווערן אן קיין פינגער??? ס"ה האב איך דיר געזאגט אז אזוי האט ער אמאל געזאגט בחיים חייתו פאר דער אייניקל איז געבוירן געווארן, פארוואס איז דאס נישט מעגליך???
אגב איך האב געכאפט א בליק אינעם פורום בחצרות החסידים אין א אשכול וואס באציט זיך אויף קארלין, האב איך דארט אויך געטראפן אט די מעשה מיטן פינגער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 00:31 |
|
| |
איך בין נישט א קארלינ'ער און איך בין נישט אין בחצרות, איך האב נאר קלארע אינפארמאציע אז די מעשה איז נישט אמת.
פוילן, ער איז געווארן רבי, בערך ביי דעם גיל. עס איז קיינמאל נישט געווען א אפיציעלע הכתרה. די החלטה פון די חסידים אז מען גייט אים מאכן פאר רבי איז געווען פיל פריער, ווען ער איז געווען בערך זעקס. אבער דאס ערשטע מאל וואס מען האט אים געברענגט קיין ארץ ישראל אפיציעל אז דער וואס גייט זיין רבי איז געווען ביי די ניין. און צוביסלעך איז ער געווארן רבי מער און מער.
סאו עס איז שווער צו געבן א פונקטליכן עידש, ניין צו עלעוו צו צוועלעוו...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 01:43 |
|
| |
און די ווילסט זאגן אז די עלטערע חסידים זענען געקומען צום טיש פון א יונגעל?.....
אגב זיין עלטערזיידע הרהק ר׳ אשר קרלינער זי״ע איז געווארען רבי ביי די 3 יאהר.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2011 03:44 |
|
| |
רוב עלטערע חסידים זענען געבליבן ביי די אלטע (עכ"פ אין א"י), די פאר וואס זענען יא געגאנגען מיט די יונגע, און אזוי אויך די אין אמעריקא, זענען געקומען צום טיש פון א קליין יונגעלע. (ער האט נישט דעמאלס געפירט טיש אזוי אפט, בעיקר נאר אין די גרעסערע יומי דפגרא).
בד"וו, עס איז געווען זיין עלטער זיידע ר' ישראל סטאלינער, הנקרא אצלם דער פראנקפורטער (דער טאטע פון ר' יוחנן) וועלכער איז געווארן רבי אלס יונגל פון פיר יאר. מען פלעגט אים טאקע רופן דער ינוקא. און די חסידים פון דעם היינטיגן פלעגן אים אויך רופן דער ינוקא, פרובירנדיג צו מאכן דעם רושם אז ער איז אזוי גרויס ווי זיין זיידע.
|
|
|
|
|