If this is true then I already understand what happened that the Zalis changed today sides, untill today they were attacking the Rottenberg group why they don't just move away from new square, suddenly today somebody opened a new ashkol attacking satmar and square together, and another zali opened an ashkol personal attacking the square rabbi, and now all of them attack square
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/05/2011 04:14:15
נשלח ב-25/5/2011 02:20
איך בין מוחה אנטקעגן אנרופן אן היימישן סקווירא איד מיטן נאמען "יאשקע", בלויז מיטן ציהל אז ס'זאל שטימען מיט די אגענדע אז אלע קעגנער זענען טמא טריף ומחוייבים מיתה (בידי אדם?) וד"ל.
דער מסור פון קר"י איז טאקע ראוי אנצורופן ווערן מיטן נאמען 'יאשקע' צוליב זיינע פילצאליגע מעשים תעתועים. דאקעגן הר"ר חיים אהרן רט"ב פון סקווירא האט ס"ה זיך נישט צוגעשטעלט צו די לאקאלע פארלאנגען, נו פארדעם הייסט מען נאכנישט 'יאשקע'.
נשלח ב-25/5/2011 02:40
איך ווייס נישט אויף וועמען מ'קען דארט דערווייל אנדייטן דעם טיטול מסור, אבער די שמוץ וואס קומט פאר אין די מידיא איז אויף די ארגסטע שטאפלען, און דאס איז רעכט מסירה!
_________________
נשלח ב-25/5/2011 04:34
לא עליכם, איך בין מחולק מיט דיר, איך שוין נישט דעם ראטענבערג וואס ליגט אין שפיטאל מיט יסורים נוראים, פשוט ווייל ער האט דאס געברענגט אויך זיך במכוון, נישט אז איך האלט אז עס קומט זיך עם, און נישט אז איך בארעכטיג די רציחה, אבער דאס איז דער פרייז פון ארויס צו גיין אקעגן די הנהגה, אז איינער גייט אין טאש א קעגן די הנהגה פון טאשער רבי איז א חצוף מחוצף, אזוי אויך אין סאטמאר, בעלז צו אין סקווער אדער וויזניץ, ביי חסידים איז דער רבי אלץ געווען דער גרעסטער אוטוריטעיט, און וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין, אבער צו בלייבן דארט און זיך שלאגן מיט די הנהגה איז א עוון פלילי, און דאס איז די קאנצעקווענצעס וואס ראטענבערג האט געוויסט אז עס גייט, און קען געשען.
א רחמנות איז נעבעך דער בחור'ל וואס איז א אפרוח שלא נפתחו עיניו, און האט נעבעך נישט געוויסט אין וואס פאר א פראבלעם ער לייגט זיך אריין, ער האט בכלל נישט געוויסט די קאנסעקווענצעס פון אזא ווילדן אקט, און ער איז א גרויס רחמנות מיט זיין ביטערן פעקל.
_________________
נשלח ב-25/5/2011 05:08
דער משה איז טאטעלי פורימ'דיג: שוינט נישט ראטטענבערג.... און שוינט יא די בחור-רוצח..... * א ביטער שמייכל אין א זייט, דער בחור איז אויך געגאנגען קעגן די הנהגה: ווייל זיי זענען דאך מורא'דיג קעגן מעשה אלימות..... סאו, דארפסטו שוין אים אויך נישט שוינען
נשלח ב-25/5/2011 09:04
איך ווייס שוין נישט ווער עס איז מער משוגע, די סאטמאר'ער אדער די סקווירא'ער.
וואס מאכסטו זיך נאריש, אהרן טייטעלבוים קען זיך נישט ערלויבן צו שלאגן מיט יאסל וואלדמאן, און סקווערער רבי קען זיך נישט ערלויבן צו שלאגן מיט חיים אהרן ראטטענבערג. פינטל.
און די סאטמאר'ער וואס געיבן רעכט פאר די סקווערער רוצחים, ווייס איך שוין ניטאמאל וואס צו זאגן אויף זיי...
ולסיום וויל איך פאוסטן אפאר ווערטער וואס איך האב געקאפיט פון א תגובה אין דעם אפיציעלן בחדרי אשכול איבער דעם:
"בהתחלה הוא הקים בית-כנסת נפרד". עד עכשיו לא ראיתי אף אחד שאמר שהקים בית מדרש. אם הוא הולך להתפלל במנין מחוץ לסקוירא זה לכאורה אפילו לא נגד התקנון המקורי, רק שפוחדים כנראה שיהיו עוד הרבה שיצטרפו לשם. "אחר-כך הוא המשיך בעוד מעשים חמורים, שאין כאן המקום לפורטם". תספר על דבר אחד. כל מגיבי סקוירא אומרים שהוא מושחת ומנובל וכו'. אם הוא עשה דברים חמורים ברבים שמפריע לחיים שלכם תגידו לנו מה הם. "הבחור הוא קטין, שבקושי מלאו לו 18". אתם עושים צחוק עלינו. רוב הבחורים אצלכם יהיו נשואים תוך שנה מגיל שלו. בחור שמסוגל לחיות עם אשה ולבנות בית הוא לא קטין. שנית, ברור שזה לא היה בחור שולים שנזרק מהישיבה, אלא בחור "טוב" שלמד בישיבה ועוד לקחו אותו לישון בבית הרבי לשמור עליו. תגובת המוסדות: "ובזה הננו מוחים בכל תוקף ועוז נגד כל מעשי אלימות בכל צורה שהוא". קודם כל, אם לא מנדים הבחור הרוצח וזורקים מהישיבה כל מי שעזר לו או שידע מכוונותיו, הרי מחאתכם לא יותר מצחוק". שנית, בסקוירא יש רק ראש אחד, האדמו"ר שליט"א ורק מלתו קובעת. ולכן, אם האדמו"ר לא יעשה עצרת ויעשה מחאה ברבים נגד מעשה רצח האיום ונורא של הבחור ולאיים לנדות לכל מי שיעשה או יעזור לדברים כאלה בעתיד, הרי הוא נחשב אחראי על כל הנעשה. אם ראשי העיר הקרובה אל החלל בעגלה ערופה, שאין שום עדות נגד מישהו מהעיר, ובודאי שאין שום חשד נגד ראשי העיר, ובכל זאת חייבים להביא קרבן ולהעיד "ידינו לא שפכו את הדם הזה", עאכו"כ בבחור בישיבה שלו, אשר שמר עליו בבית מדרשו, ואשר עשה את המעשה רצח בקנאות למען תקנתו וכבודו, שחייב למחות ברבים ולנקוט צעדים בפומבי למנוע את זה בעתיד, ואם לא הרי זה כאילו עומד מאחוריו. רק למנוע את החילול השם הנורא לעיני הגוים שלא יחשדו אותו בזה הרי הוא מחויב מדאורייתא לעשות הפגנה כזאת.
נשלח ב-25/5/2011 17:18
סטראבערי כתב:
דער משה איז טאטעלי פורימ'דיג:
שוינט נישט ראטטענבערג....
און שוינט יא די בחור-רוצח.....
*
א ביטער שמייכל אין א זייט,
דער בחור איז אויך געגאנגען קעגן די הנהגה:
ווייל זיי זענען דאך מורא'דיג קעגן מעשה אלימות.....
סאו, דארפסטו שוין אים אויך נישט שוינען
ווען א שייגץ אויף די טרעין פלעטפארם גנבעט א פאקעט בוק און לויפט אוועק און פאלט אריין צעווישן די שינעס און א טרעין קומט און פליקט עם אראפ א פיס וועסטו שוינען דעם גנב? זיכער נישט! איי קומט דען פאר א פאקעט בוק גנב מען זאל עם אראפ האקן א פיס? געוויס אז ניין, אבער "ער איז זיך אליין שולדיג" קיינער האט עם נישט געהייסן גנבענען פאקעט בוקס, און דאס איז דער קאנסעקווענץ פון זיין שייגץ'שטיק, אדער א גנב ברעכט איין אין א דירה און די פאליציי קומט אן, דער גנב לויפט ארויף אויפן דאך און פראבירט אריבער צו שפרינגען צו אנדערן בנין און פאלט אראפ און נעמט איין א מיתה משונה, וועסטו עהם שוינען? געוויס אז נישט! איי קומט דען מיתה פאר גנבענען? דער תירוץ איז ניין! אבער קיינער האט דיר נישט געהייסן גנבענען, און דאס איז די קאנסעקווענסעס פון זיין א שייגץ, והנמשל מובן,
_________________
נשלח ב-25/5/2011 17:28
גביר,
זייער גוט ארויס געברענגט. און שכוח פאר די אינפארמאציע אז ער איז געווען גרייט צו מופן, און די סקווערע זענען פשוטע מאפיא.
איך האב דאס שוין געשריבן דא אויפן פארום אמאל וועגן סקווירא, רוב פון די מענטשן זענען נישט געווען קיין שונאים, נאר פארן גיין דאווענען ערגעץ אנדערש (אינדרויסן פון שטעטל!!!), האט מען זיי אזויפיל גע'רודפ'ט ביז זיי זענען געווארן שונאים.
עס איז נישט קיין סוד אז דער בית דין און די רבנים און די ערענסטע מענטשן דארט זענען זייער קעגן דעם, אבער דער רבי (אדער שענער אביסל: דעם רבינס שטוב) איז זייער דערקעגן, און אזוי האבן זיי זיך אנגעמאכט שונאים. און ווי מער זיי רודפ'ן די מענטשן, אלס מער שונאים מאכן זיי זיך אן.
און מען רעדט דא פון די שטערקסטע סקווערע משפחות, די וועלכע זענען די גרעסטע חסידים, ווערן צוביסלעך שונאים. ווי ליגט דא חכמה אין דעם. דאס איז רשעות פון קומט פון טפשות, פון נישט טראכטן א רגע. איך רעד שוין נישט פון מידות טובות מיט יראת שמים, מאן דכר שמיה. איך רעד פשוט פון שכל.
יעצט ווייס איך שוין נישט צו ער וועט מופן, און אפילו אויב יא, דער שאדן וואס זיי האבן זיך אליינס אנגעמאכט מיט דעם וועלן זיי נאך עסן א לאנגע צייט.
נעמט זיך דאס אריין אין קאפ אריין, ווען איינער טוט שטילערהייט פאר זיך אנדערש ווי דו ווילסט איז ער נאכנישט געווארן מיט דעם א טעראריסט. עפעטער אלל איז ער נישט דיין קנעכט, ער איז נישט דיין אייגענטום.
נשלח ב-25/5/2011 20:27
איך גלייב נאכנישט די מעשה פון די הויז, אבער איז אמת זענען די סקווירא טאקע שווענץ
וויפיל געלט האט סאטמאר געוואלט צאלן פאר די אלע קרעץ זיי זאלן אוועקמופן, דא שטייט איינער און וויל אוועקמופן און שטייסט אים אין וועג איך גלייב עס נאכנישט
נשלח ב-25/5/2011 20:41
איך בין נאכנישט אינגאנצן מודה אין זיין געוואלדיגע חוצפה... מ'רעדט נישט דא פון מאכן א פרישן ביהמ"ד אדער מנין אין שטעטל. מ'רעדט דא פון אוועקגיין דאווענען אינדרויסן פון שטעטל. ד.ה. ער האט זיך נישט געוואלט קריגן ער האט געזוכט אן אלטערנאטיווע זיך נישט צו קריגן. מעגליך ווען מען מאכט ווען נישט אזא העץ קאמפיין וואלטן אפי' רוב שטעטל נישט געוואוסט אז ער גייט אוועק דאווענען (אפשר א שטיקל גוזמא. כ'מיין צוזאגן אז עס וואלט נישט געווען א מצב דערוועגן)
נשלח ב-25/5/2011 20:49
טייערער גביר אדיר,
די הייליגע חז'''ל זאגן אונז, און מס' יבמות דף קי''ב אין אדם דר עם נחש בכפיפה, אויף יודיש מיינט דאס אז מען קען נישט וואוינען מיט קיין שלענג, דאס איז נישט סתם קיין מליצה, דאס איז א מציאות,
עס איז שווער ארויס צושרייבען אויף פאפיר וואס קרית יואל האט צוזאם געליטען פון דעם משומד יאשעק בן מריא שר''י,
דער משומד איז געלאפן צו די פרעסע יעדן טאג מיט נייע השמצות און מעשיות, ער האט פארשמירט די פנים פון כלל ישראל, ביי די גוים, אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען זייט דער רשע יאזעף געבעלס שר''י האט ארויס געגעבן דעם שטורימער, די פראטאקאלן פון די זקני ציון זענען מילד, קעגן די הלשנה און השמצות וואס דער כאמעני פראקאלאמירער האט אנגעפירט,
ווען די ווילדש האט געדארפט וואסער ( אז דער יאשעק זאל האבן וואס צו טרינקען ) האט דער משומד געפירט א וואנזיגע מערכה דערקעגן, פארוואס? דארפט ער דען נישט קיין וואסער? זיכער יא! נאר אז די ווילסט רויט וויל איך גרין,
ווען די ווילדש האט מייסד געווען א אייגענעם סקול דיסטריקט אויפן באפעל פון רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, וואס קרית יואל מיט אלע אירע איינוואוינער, פון סאטמארע חסידים, ביז להבדיל די אנשי סאסמאן, אפי די ווערימדיגע, יעדער האט דערפון הנאה, אבער דער יאשעק? האט אנגעדרייט א ריזען מערכה דערגעגן, און איז אפגעזיצען און קארט, און און אלבעני און אריין געמאסערט מיט א פרעכהייט אז מען לערנט רעליגיע און שער החמלה, און מען לייגט מזיזות אויף די טיר, און דאס איז קעגן געזעץ, (פארשטייט זיך אז אויפן גאס האט ער זיך אנגעטאן א גרויסען קאפעל און געשריגען מיט אש קודש, אז מען רייסט מזיזות פון די טירן ,
ווען די ווילדש האט אלס הכרות הטוב אונדארסירט קאנידאטען וואס האבן געהאלפן, אדער וועלן העלפן קרית יואל, האט דער יאשעק אונדארסירט אנדערע ע''פ רוב טינקעלע שונאים פאר קרית יואל, איי ער אליינס האט דאך געקענט ליידען דערפון? נאר אז די ווילסט רויט וויל איך גרין, מיט די קאפ און וואנט,