אויטענטיש, איך האף דו פלאנסט נישט צו מאכן אזא געשמאקע פיקציע פון אלע משה'לע'ס תגובות, ווייל אויב יא בין איך נישט מקנא דיינע פינגער וויפיל זיי וועלן קלאפן..
לעצם הענין, די אהרונים האבן איין און איינציגסטע פראבלעם. זיי "מוזן" בעקן די שיטה הקדושה אז עס איז א מצוה צו טעראריזירן די וואס גייען נישט אין שפאן. אין סקווירא האט דאך יעצט פאסירט דאס זעלבע וואס האט פאסירט אין מאנרא מיט יארן צוריק, און דאס זעלבע וואס האט פאסירט אין מאנרא מיט אפאר חדשים צוריק ביי די סידור קידושין מערכה. דעריבער קענען זיי זיך נישט ערלויבן, אפילו זיי זאלן באמת האלטן אז אונטערצינדן א הויז איז שוין אביסל טו מאטש, צו זאגן אז טעראר איז אסור אויף "מחוצפים", ווארום אויב איז עס יא אסור צופאלט דאך זייער גאנצער בנין נערים אז די סידור קידושין טעראר אפאראט האט געמעגט געפירט ווערן לכתחילה מיטן אויסרייד "מחוצפים".
|
|