ברעקינג! היסטארישע הייליגע הכנסת ס"ת - ביו"ט שבועות!
די הייליגע היסטארישע ירושה ספר תורה וואס איז נתקדש געווארן דורך די 3 לייבן -די עבודה פון הייליגן צאנ'זער רב -דער בעל דברי חיים זצוקק"ל, -און נאכדעם ביים זוהן דער בעל דברי יחזקאל - שיניאווער רב זצוק"ל -און דאן ביים זוהן רבי משה'לע שיניאווער זצוק"ל * וועט אי"'ה פארקומען פייערליך, ברוב פאר והדר במעמד אלפי ישראל,
ביום חג השבועות - יום מתן תורה, - פאר קריאת התורה, און וועט תיכף נתחנך ווערן ביי קריאת התורה,
ווי ס'וועט געצויגן ווערן די גאלדענע קייט פון די לעכטיגע צאנז'ע דינאסטיע, ווען רבינו שליט"א וועט אי"ה עולה זיין דערין!! * אה! וואויל וועט זיין די אויגן וואס וועלן דאס צוזעהן!
תוקן על ידי סטראבערי ב- 25/05/2011 23:44:33
נשלח ב-8/6/2011 02:45
Sefer Torah Of Divrei Chaim To Be Brought To Satmar Bais Medrash On Shavuos
(Tuesday, June 7th, 2011)
Williamsburg – In a historic event, a Sefer Torah written in the 1800's, owned by a the Divrei Chaim, and passed down to his descendants for six generations, will be brought to the main Satmar synagogue at 152 Rodney Street on Shavuos morning (Wednesday June 8th). The procession, which will be led by the Satmar Rebbe, Rabbi Zalman Leib Teitelbaum Shlita, will take place from 12 noon to 3 PM, and will begin at 550 Bedford Avenue.
Approximately 10,000 men, women and children are expected to attend this event.
The Sefer Torah which belonged to the Divrei Chaim (Rabbi Chaim Halberstam, the Sanzer Rebbe), is of great historical value – not only because of its age but also because many of today's Rebbes are direct descendants of the Sanzer Rebbe.
It was bought by a Williamsburg philanthropist for the sum of $500,000 in honor of the Satmar Rebbe, himself a descendant of the Sanzer Rebbe. After being used in the Bais Medrash on Shavuos, it will be stored at an undisclosed secure location.
די מורא'דיגע התרגשות ביים עולם גיסט איבער און וואקסט פון צו מינוט ווען מ'וועט זוכה זיין צו די אומגלויבליכע געהויבענע מינוטן און קענען אריינברענגען דעם ספר תורה הקדוש וואס "דער הייליגער רב" פון צאנז זי"ע האט אליין געשריבן אותיות אין דעם און געליינט און עולה געווען אין דעם יארן לאנג, און נאך צדיקי וגדולי הדור פון יענע צייט און נאכדעם האבן עולה געווען אין דעם ס"ת אין די הייליגסטע זמנים אין יאר!
און מיר וועלן האבן די געהויבענע זכיה צו קענען הערען די הייליגע קריאה פון די עשרת הדברות טאקע אין דעם הייליגן פייערדיגן ספר תורה וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז זיי האבן געזען דערביי בפועל די "קולות וברקים" פון מתן תורה!!
אן עלטערער איד וואס האט שוין נישט קיין כח זיך צו שלעפן ביז אהער און זיך צו שטופן, און קומט בלויז געציילטע מאל אין יאר, האט יעצט געזאגט אז דעם ערשטן טאג שבועות, טראץ וואס ער ווייסט עס וועט זיין א גרויס געשטופעניש ביים רבי'ן אין הייליגן יו"ט שבועות, דאך קען ער נישט מוותר זיין אויף די התרגשות'דיגע מינוטן צו קענען זען און הערן די קריאה אין דעם זעלטענעם הייליגן ספר!
נשלח ב-7/6/2011 02:52
נשלח ב-7/6/2011 02:51
נשלח ב-7/6/2011 02:51
נשלח ב-7/6/2011 02:50
אויסצוגן פון קובץ עץ חיים-באבוב ווי זיי באשרייבן ווי די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך ר' נפתלי סופר ז"ל, וואס עס איז ידוע אז ער האט זיך געלערענט די אותיות פון בעל דברי חיים זי"ע
נשלח ב-6/6/2011 22:51
מאטעלע כתב:
די אלע עליות זענען געקויפט געווארן אויפן אקשען, אדער זענען זיי למעשה פארטיילט געווארן פאר די נכבדי העם דורך די הנהלת הקהלה?
יא אלע עליות זענען פארקויפט געווארן אויף אקשען! למשל כהן, איז געווען קודם א סך בידס, ביז ס'איז אנגעקומען צו זייער א הויכע פרייז זענען שוין נאר געבליבען אינ'ם ביד הנגיד רבי בעריש בערגער הי"ו פון לאנדאן (מן הסתם פאר זיין שווער רבי יענקל הכהן כהנה - ראש הקהל) און די סאטמאר קהלה פון בארא פארק בשותפות מיט 2 נגידים (פאר הרה"ג רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א - דער דיין) און אזוי ווייטער אלע עליות.
נשלח ב-6/6/2011 21:32
אי"ה אויף יו"ט שבועות קומט ארויס א ספר "בספר חיים" מיט די פונקטליכע השתלשלות
ווי אויך אין קובץ עץ חיים (באבוב - הרמ"ד) איז געווען באשריבן אז די ספר תורה האט באלאנגט פארן דברי חיים, (דאכט זיך חודש ניסן)
נשלח ב-6/6/2011 20:42
נשלח ב-6/6/2011 20:41
נשלח ב-6/6/2011 20:40
נשלח ב-6/6/2011 20:39
נשלח ב-6/6/2011 18:55
לויט הרה״ג רבי מנשה פילאפף שליט״א, קומט אויך צופארן זיין ברודער הרב הגאון רבי יצחק אהרן פילאפף שליט״א ראש הכולל פשעווארסק און מרביץ תורה אין אנטווערפן חדב״נ האדמו״ר מספינקא אנטווערפן, זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא און מיטצוהאלטן די געהויבענע הכנסת ספר תורה.
יהא בואו לברכה.
נשלח ב-6/6/2011 18:52
שישו ושמחו בשמחת התורה
נשלח ב-6/6/2011 17:55
די אלע עליות זענען געקויפט געווארן אויפן אקשען, אדער זענען זיי למעשה פארטיילט געווארן פאר די נכבדי העם דורך די הנהלת הקהלה?