שמואל יונה (איך מיין נישט דיך, אבער דו האסט געברענגט די ווערטער), כאטש קטלא קניא האט גאר א גוטן פעדער, איז ער אבער א שייגעץ און סעלף העיטינג דשו, און נישט נאר זיך האט ער פיינט נאר דעם רבונו של עולם, דעם נותן התורה האט ער פיינט.
ווער עס האט דא געליינט אביסל מיינע תגובות איבער די פרשה ווייסט פונקטליך וויפיל חסיד איך בין פון סקווערער רבין און פון די גאנצע פרשה, אבער דא אין דעם תגובה ליגט נישט קיין ווייטאג איבער די פרשה, און אפילו נישט חסידישע האקעריי פון איין קרייז צום צווייטן, דאס איז פשוט שנאת ה' ועמו.
דער גרעסטער דשאוק איז נאך אז ער שטעלט זיך אהער אלץ קנאי קעגן מדינת ישראל, כאילו דאס קנאות באדערט אים. כאטש ער איז גערעכט מיט יעדער ווארט, וואס ער שרייבט, קומט דאס אבער פון א פארפוילט מקום אין זיין טמא'נעם קאפ.
עס שטערט מיך נישט אז דו האסט דאס געברענגט דא, אבער איך וויל נאר אז מען זאל עס לייגן אין ריכטיגן פערספעקטיוו.
קצרתי כי אין לי פנאי כעת. אבער סטעי טונד צו א לענגערן באריכט איבער די פרשה.
|
|