בית פורומים כל העולם כולו

רובאשקין: מכשיפה ריד גייט זיצן מיט די אפילס ריכטערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2011 21:43 לינק ישיר 
רובאשקין: מכשיפה ריד גייט זיצן מיט די אפילס ריכטערס

היינט האט דער דע-מוין רעג'יסטער באריכטעט א אומבאטעמטע אנטוויקלונג איבער די קומענדיגע אפילס קארט פון רובאשקין,

כידוע, גייט מען דאך דא טענה'ן אז דער ארגינעלער דשאדשקע, דער נבלה סרוחה "לינדע ריד", איז געווען זייער איינזייטיג און האט נישט געטארט זיצן איבער דעם קעיס, האפט מען אז מען שטעלט פאר די טענות פאר פרעמדע ריכטערס וואס קענען נישט דעם דשאדשקע און האבן נישט קיין שום קשר צו איר, וועלן זיי אפשר האבן א אוזן קשבת איבער די הימל-שרייענדע אומרעכטן וואס דער מכשיפה איז דא באגאנען 

דערוויילע קומען איצט באריכטן אז נישט מער און נישט ווייניגער אז אטער דער שיקסע ריד, גייט, בו ביום וואס מ'גייט אויסהערן די רובאשקין קעיס, זיצן מיט די זעלבע אפילס ריכטער וואס גייען אויס הערן די רובאשקין קעיס, באהאנדעלען אנדערע קעיסעס פארשטייצעך,

איי וועט איר פרעגן, מה לכהן בבית הקברות, ווי קומט זי אן צו די העכערע אפילס קארט, זי איז דאך א דיסטריקט דשאדש, דער תירוץ איז, אז מאת ה' היתה זאת, אז פונקט איז דער אפילס געריכט, אונטערשטעליג פון שופטים, און אין אזא פאל קען מען אסאך מאל ארויף רופן א דשאדש פון א נידעריגע געריכט זאל פריפיזאריש ערזעצן די פאזיציעס פון די אפילס קאורט,

לעגאלע עקספערטן זאגן אז ס'לעולם נישטא קיין סאך וואס מ'קען טאן דערוועגן, נאר זיך בייסן די ליפן און זיך אויסוויינען צום בוכ"ע 

דער ריד איז ווי א בייזער שאטן וואס מ'קען נישט לויז ווערן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 00:01 לינק ישיר 

מפי השמועה, (נאך איידער די לעצטע דעוועלאפמענט אז ריכטער ריעד וועט "מעגליך" זיצען אויפן אפעלאט פאנעל), בלייבט נאר די איינציגסטע רעאליסטישע צוגאנג צו פילפאכיג פארמערן די דרוק אויפן יוסטיץ דעפארטמענט אונטערן יו עס אטוירני דזשענעראל עריק האלדער. ספעציפיש דורך קאנגרעס און סענאט מעמבערס פון זיין אייגענעם פארטיי פון איבער גאנץ אמעריקע.

 

לעת עתה, איז דאס די איינציגסטע ממשות'דיגע השתדלות וואס קען בעז"ה ברענגן רעזולטאטן!

 

נישט אז ס'איז ווערד פריצייטיג אויפצוגעבן אויפן אפעלאט.. די געניטע אדוואקאטן אין שפיץ פון מר. לעווין וועלן אראפלייגן א גאר שטארקע קעיס בעז"ה! אבער.... די היסטארי איז נאר ליידער נישט אויף רובאשקין'ס זייט..

 

די יו עס קארט אוו אפיעלס - אכטער דיסטריקט איז שטארק קאנסערוואטיוו גענויגט און מיט גאר א שמאלן רעקארד פון איבערדרייען שטרענגע דעסיזשענס איבערהויפט אז דער פסק קומט ארגינעל פון א קאלעגע קאנסערוואטיוו - ריכטער ריעד.. (נאמאנירט דורכן פריערדיגן פרעזידענט בוש 43 ) זי איז שטארק איינפלוסרייך און איז די "טשיף דזשאדש - יו עס דיסטריקט קארט נארטערן אייאוע".

 

די יוסטיץ דעפארטמענט זענען די וואס דארפן צו שטיין על המשמר אויפן גאנצן פעדעראלן יוריסדריקשן סיסטעם.

 

אלזא, אין אונזער פאל, אויב דער שטורעם און דרוק ווערט גענוג גרויס און קאנטראווארסיעל, קען קאנגרעס/סענאט אפהאלטן פארהערן אין זייערע דזשודישיערי קאמיטעען און באאויפטראגן דעם יוסטיץ דעפארטמענט טיף אריינצוקוקען אינעס קעיס אוואו גענוג און נאך עוולות זענען באגאנגען געווארן. (כבר היה לעולמו. עיין טערי שייווא קעיס- פלארידא ועוד ועוד)

 

אין פאקט איז דאס א לאנגער קאנטראווירסיעל אישו, אויף ווי ווייט עס גרייכט די פאוער פונעם "קאנגרעשיענאל אויבערסייט אוו דזשאדשעס ענד דזשאסטיס".

 

אלענפאלס בלייבט אונז-פשוטי עם נאר איבער מתפלל זיין צום בוכ"ע דער מתיר אסורים און כל יכול פארן וואוילזיין און ישועה בקרוב פאר שלום מרדכי בן רבקה, אכי"ר!

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2011 22:03 לינק ישיר 

לעווין גיט נאך שאנסען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רובאשקין: מכשיפה ריד גייט זיצן מיט די אפילס ריכטערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext