| נשלח ב-29/5/2011 22:35 |
|
| |
אריזאנע מצות • גליון ה' (5) • ראשוני ל'אידישע געדאנק'
אין 'דער איד' פון די וואך פרשת במדבר, ערשיינט דער ספעציעלער ביילאגע "יומא אריזאנע מצות — מדור מיוחד גליון ה' (5)".
דער פינפטער אויסגאבע אין די סעריע, הייבט יעצט אן צו ערשיינען מאנאטליך בעז"ה מדי חודש בחודשו, וואו עס ווערט געדרוקט פרישע בירורים פון חשוב'ע רבנים ותלמידי חכמים בביאור הענין פון די ברייטע שערורי' וועגן מצה מלוחה פון די יומא-אריזאנע ווייץ.
א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל — גליון ה', יומא אריזאנע מצות:
אין די לשה"ק'דיגע עמודים ווערן פארעפנטליכט: א בריוו פון הגה"צ רבי שמחה ישראל בלום שליט"א; א בירור פון הרה"ג ר' אפרים צבי שמילאוויטש שליט"א; א לענגערער בריוו פון הרב הגאון הגדול אבדק"ק דאראג שליט"א, דער עומד בראש המערכה בגאון ובעוז, וואו ער שטעלט קלאר און דעקט אויף פארשידענע פאקטן ארום דער מערכה. אויך איז דא א בריוו פון הרה"ח ר' שמואל גרויס שליט"א, געשריבן צו הרב ברוידא. נאכדעם, א בירור פון הרה"ג ר' יחיאל מיכל אינדיג שליט"א באגלייט פון בריוון און אויסצוגן פון מומחים.
אין די אידישע זייטן פונעם גליון, הייבט זיך אן א סעריע ארטיקלען אין פארזעצונגען אהערצושטעלן די קלארע פאקטן ארום די זאלציקייט אן די וואסארען פונעם קאלאראדא ריווער, און דער אפעקט וואס ס'ברענגט אויף די געוויקסן, וועלכע זענען ברור כעיני השמש דורך צענדליגער און הונדערטער דאקומעטן פון פארשער און עקספערטן. נאכדעם איז דא א בריוו פון א אינגערמאן "זאלץ שמעקערס" וועלכער ברענגט אויך פון א צאל פארשער איבער די קאלאראדא ריווער וואסערן. אויך ווערט איבערגעדרוקט א יסודות'דיגער מאמר פון הרב ב. טויב וועלכע איז ערשינען מיט עטליכע יאר צוריק אין 'דער איד'.
תוקן על ידי באלאנד ב- 29/05/2011 22:41:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 22:38 |
|
| |
ביסט לכאורה גערעכט איך וואלט נישט געדארפט סטאפן ווייל נאך צענדליגע רבנים גאונים שליט''א האבן אנגענומען דעם הידור פון צו עסן מצות מחיטי אריזאנא, דאס איז זיכער אז די וואס איך האב יא אויסגערעכנט עסן זיכער אריזאנא, ס'איז נאר דא נאך!,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 20:21 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | קאשויער רבי עסט אריזאנא, פאפער רבי עסט אריזאנא, סקולענער רבי עסט אריזאנא, טשענאבלער רבי עסט אריזאנא, צעלעמער רב עסט אריזאנא, ראכמעסטריווקער רבי עסט אריזאנא, רוב אובם ערליכע רבנים ודיינים עסין אריזאנא, און ניין! איך האב נישט קיין בילדער ווי זיי עסן אריזאנא, אבער איך און דו און יעדער ווייסט אז זיי עסן אריזאנא, והראי'... גליון א'... גליון ב'... גליון ג'... גליון ד'... גליון ה'.... כא... כא... כא..., די זאליס דארפן בילדער, אבער נאר פון וואס זיי ווילן, האבן זיי א בילד ווי דער דברי חיים ליינט אין די ספר תורה??? האבן זיי א בילד ווי דער זי''ע אסרט דעם עירוב??? האבן זיי א בילד ווי דער רבי לאזט נישט גיין צו די חתונה פון כ''ק רבינו שליט''א אין וויזניץ??? ניין!!! דאס דארף מען גלייבן ווייל דער געלער בדחן וויל אזוי, נעבעך נעבעך... |
|
משה'לע פארוואס האסטו פלוצלינג געסטאפט ביי ראחמאסטריווקא רבי? עס איז יעצט דא צו באקומען די נייע ביזנעס דירעקטארי, דארט וועסטו טרעפן סאך א גרעסערע ליסט פון רבנים דיינים, מאך פלעין קאפי פעיסט און לייג צו ביי יעדעם איינעם אז ער איז מאוכלי ארןזאנע, (שרייב אפילו אן קיין מקור, עס קאסט נישט קיין געלט, אבי מען וועט שוין נאכדעים מיזן לייקענען)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 19:32 |
|
| |
פון ווי ווייסטו וואס זיי עסן? אז די זאגסט מיט אזא זיכערקייט גלייב איך [נישט] אז די האסט עפעס א באווייז אויף דעם.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 19:00 |
|
| |
קאשויער רבי עסט אריזאנא, פאפער רבי עסט אריזאנא, סקולענער רבי עסט אריזאנא, טשענאבלער רבי עסט אריזאנא, צעלעמער רב עסט אריזאנא, ראכמעסטריווקער רבי עסט אריזאנא, רוב אובם ערליכע רבנים ודיינים עסין אריזאנא, און ניין! איך האב נישט קיין בילדער ווי זיי עסן אריזאנא, אבער איך און דו און יעדער ווייסט אז זיי עסן אריזאנא, והראי'... גליון א'... גליון ב'... גליון ג'... גליון ד'... גליון ה'.... כא... כא... כא..., די זאליס דארפן בילדער, אבער נאר פון וואס זיי ווילן, האבן זיי א בילד ווי דער דברי חיים ליינט אין די ספר תורה??? האבן זיי א בילד ווי דער זי''ע אסרט דעם עירוב??? האבן זיי א בילד ווי דער רבי לאזט נישט גיין צו די חתונה פון כ''ק רבינו שליט''א אין וויזניץ??? ניין!!! דאס דארף מען גלייבן ווייל דער געלער בדחן וויל אזוי, נעבעך נעבעך...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 18:44 |
|
| |
וואלסט אפשר אזוי געוואלט, אבער דער פאקט איז אז אלע ערליכע רבנים האבן גענומען מצות טאקע פון אונזער מצה בעקעריי, איך וועל דיר ברענגען בילדער ווי רבנים זענען ביי אונז, און די זאלסט ברענגען וועלכע רבנים זענען ביי ענק. ארלעדיגט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 18:28 |
|
| |
און איך מיין אז זיי ענטפערן נישט ווייל עס פעלט נישט אויס, פונקט ווי ענקער אנגריף אויף דעם בית השחיטה המהודרת האט ענק געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס, היינט צו טאג איז דער בית השחיטה המהודרת די גרעסטע היימישע בית השחיטה אין דער וועלט, ענקער מאסקווי שערורי' האט אזא הצלחה ווי די אריזאנא מלוחים מאוד שערורי', די ערליכע אידן פון כלל ישראל שאקלען זיך אפ פון ענק, ועל זה יצא החרון אף, און איר האפט אז מיט אזא תלושה גדולה און א תלושה קטנה ווי לויפער, שמואל גראס און שמילאוויטש וועט אייך ארויס נעמען פונעם זומפ, יא, זיסע חלומות.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 17:56 |
|
| |
אוודאי נאך וואס וואס דער בלאט איז געווען דאס ליצנות פון שטאט ביי די פרשה פון די מוסקאווי פלייש, האבן זיי נאך אלץ קאלטע פיס אריינצורעדן אין די אריזאנע פרשה. אויף אפענע וואונדען אויב לייגט מען עס ארין אין זאלץ דאן ציפט עס מורא'דיג.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 17:12 |
|
| |
אז דער דברי יואל האט זיך געשלאגן מיט הלל זיידמאן, און דער ברך משה האט זיך געשלאגן מיט חיים שאולזון, איז נישט קיין בושה אז אברהם לויפער שלאגט זיך מיט רבינו שליט''א, למעשה פייגערט אברהם לויפער פאר כעס אז רבינו שליט''א האט עם נאך קיינמאל נישט גענטפערט, ער וואלט נעבעך זייער געוואלט זיין דער בעל פלוגתא פונעם רבי, אבער ער זאל זיך נישט האלטן דעם אטעם, אפילו דער בלאט און סתם עסקנים למען חיטי אריזאנא מאכן זיך נישט וויסענדיג פון דעם תלוש, ער מיינט נעבעך אז אזוי ווי מען איז ארויס געקומען אקעגן דעם שגיון לדוד און פון עם מאכט מען זיך נישט וויסענדיג, האט ער באשלאסן זיך אנצונעמען פארן שגיון און אזוי אולי יחוס ואולי ירחם מען וועט עם עפעס ענטפערן און ארויף לייגן אויף די מאפע, אבער לויט ווי עס זעט אויס גייט אי''ה ארויס קומען א 6-טער גליון און דערנאך א זיבעטער און א אכטער, ווייל דעם שוטה גייט מען נישט ענטפערן, מען וויל נישט ער זאל סטאפן, ער מאכט דעם דזשאב פאר אונז.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 12:45 |
|
| |
Der Yid Kintres Arizona Matzos 5 * id="doc_63466" name="doc_63466" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" width="100%" height="600">
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 06:59 |
|
| |
שיין דערלעבט! דער גרויסע מעכטיגע רבן של ישראל אהרן טייטעלבוים דארף זיך שלאגן מיט דעם קליינעם אברהם לויפער, אויף יעדע גליון וואס ער געט ארויס עפענט עטץ צענדליגע קאנטער אשכולות.
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 06:17 |
|
| |
משה'לע, דו האט דערלייגט דיין ארימען פעי טשעק! איך פיל שלעכט פאר דיר.
דו שרייבסט נישט מער און נישט ווייניגער אז ר' אהרן איז ביי "רוב וועלט" א רבן של ישראל. אויך מיר א טיטל. דאס פאסט אפשר אויף אברהם לויפער. דו האסט פארגעסן אז "די גאנצע וועלט האלט ר' אהרן פאר רשכבה"ג"!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 04:58 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | |
עד כאן דברי החכם מכל אדם ספרינטער... אברהם לויפער איז א משוגענער לכל הדעות, אפילו פון ספרינטער, און רבי אהרן טייטלבוים שליט''א איז בי רוב וועלט דער רבן של ישראל,
|
|
משה'לע, פאר קיין שום איד נישט געוואונטשן צו זיין אזא "רבן של ישראל ביי רוב וועלט" — דא סטאפ איך צו רעדן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 04:55 |
|
| |
משה'לע איך האב דיר געזיכט אין א אנדערע אשכול ב"ה איך זעה די לעבסט נאך. לייען איבער מיין גאנצע תגובה נישט נאר די צווייטע שורה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 04:31 |
|
| |
עד כאן דברי החכם מכל אדם ספרינטער... אברהם לויפער איז א משוגענער לכל הדעות, אפילו פון ספרינטער, און רבי אהרן טייטלבוים שליט''א איז בי רוב וועלט דער רבן של ישראל,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2011 04:21 |
|
| |
נאך אלץ ענדערש צו האבן א משיגענער אברהם לויפער ווי צו האבן א רבי'ן א משיגענער אהרן טייטלבוים...
_________________
|
|
|
|
|