בית פורומים אידישע געדאנק

הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/6/2011 16:39 לינק ישיר 

ב"ה מען הערט גוטע נייעס,
דער שטאט מאנסי ווירבעלט מיט עקסטאז איבער דעם קומענדיגען וויזיט פון דער ווינער רב/רבי אין מאנסי דעם שבת קודש פרשת קרח,
מיר האפען אין די נאנטע טעג צוגעבען אן אויספירליכען באריכט איבער דעם געהויבענעם שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 16:54 לינק ישיר 

ווי אזוי איז געווען שבת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 02:11 לינק ישיר 

איך האב נאך נישט א פולען רעפארט איבער אלע פרטים פון דעם שבת קודש במחיצתו של ווינער רב/רבי אין מאנסי דעם פארגאנגענעם שבת פרשת קרח.
אין די נאענטע טעג וועל איך געבען א פולען באריכט, וויצב"ש, די תפילות, טישען, דרשת פרקי אבות, חומש סעודה זינטאג וכו' וכו'
און אויך א באריכט איבער די אלע פאן אין ווילדקייט וואב איז געוועזען, אזוי ווי איך באקום די פולע פיקטשער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 19:15 לינק ישיר 

ביזדערווייל....
דער רב/רבי נעמט איבער דאס ראשהקהלשאפט,
ער האט איינגעמאלדען פאר די טובים/פארשטאנד אז ער וועט פערזענליך פירען דעם נייעם פארשטאנד און האבען רעגעלמעסיגע מיטינגס מיט די טובי הקהל/פארשטאנד,
קען זיין מען וועט מיזען געבען א העכערונג און זיינע וועידזשעס פאר די עקסטרע ארבעט
די קהלה ווערט א לעכערליכע חעלמער קהלה מיט א רב וואס האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 19:53 לינק ישיר 

vienerkatz כתב:
ביזדערווייל....
דער רב/רבי נעמט איבער דאס ראשהקהלשאפט,
ער האט איינגעמאלדען פאר די טובים/פארשטאנד אז ער וועט פערזענליך פירען דעם נייעם פארשטאנד און האבען רעגעלמעסיגע מיטינגס מיט די טובי הקהל/פארשטאנד,
קען זיין מען וועט מיזען געבען א העכערונג און זיינע וועידזשעס פאר די עקסטרע ארבעט
די קהלה ווערט א לעכערליכע חעלמער קהלה מיט א רב וואס האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין צייט

צוקוקנדיג פון די זייט זעהט מיר אויס אז איהר מוטשעט זיך זייער צו טרעפן וואס צו שרייבן. מען ווארט שוין א גאנצע וואך צו הערן איבער די "ווילדקייט" וואס איז פארגעקומען אין מאנסי. א רב פון א קהילה צו זיצען רעגלמעסיג מיט זיינע טובי הקהל (כנהוג מדור דור בכל תפוצות ישראל) הייסט ביי אייך 'חעלעם'.
עס זעהט מיר טאקע אויס אז ווינער רב איז גערעכט מיט וואס ער טענה'ט אז עס איז דא עטליכע אזוי ווי אייך וואס וואס האבן פרובירט און פרובירן שטארק אויפצובלאזן מחלוקת, אבער ווי עס שיינט איז עס שוין צונישט ווי א זייפן בלאז, און דעריבער בלייבט נאר איבער צו שרייבן סתם דברים של מה בכך.

תוקן על ידי האורח ב- 29/06/2011 19:57:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 19:56 לינק ישיר 



תוקן על ידי האורח ב- 29/06/2011 19:56:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2011 23:58 לינק ישיר 

האורח...
זייט מיר מוחל, ווען איך וואלט געוויסט אז איר ווארט אזוי שטארק אויף די נייעס פון שבת מיטן ווינער רב וואלט איך צוגעאיילט מיינע קוואלען זאלען מיר איבערגעבען א שנעלערע און פונקטליכע באריכט כדי אייך צופרידען שטעלען, -

איך גלייב נישט אז איר זענט אזוי נעריש און קינדעריש ווי עס זעהט אויס , 19 יאהר איז ער רב אין די קהלה און ער אזוי ווי די פריערדיגע רבנים פון די קהלה האבען זיך נישט געמישט און די פינאנציעלע אדער לעגאלע אנגעלעגענהייטען פון די קהלה, נאר געוועזען עוסק און עניני רוחניות, הרבצת תורה, פסקנן שאלות, הדרכה והשקפה ועניני גמילת חסדים,
די איבעריגע זאכען בכל תחומיהון האט מען אללע יאהרען איבערגעלאזט אין די הענט פון דעם פארשטאנד/טובי הקהל,
יעצט איז נשתנה געווארען סדרי בראשית..
דער רב/רבי וואס איז אן אנגעשטעלטער ביי קהל צו ערפילען זיין רבנותדיגע התחייבות'ן, א הויך געצאלטע אנגעשטעלטע, וויל יעצט שולט זיין אויף נכסי הקהלה [שלא כהלכה] , וואס די קהלה האט ב"ה אסאך טייערע נכסים, מסתמא וויל ער דאס לטובתו ולטובת בני משפחתו, האט ער זיך גענומען צו ווערן ראש הקהל אין קאנטראלירען און דיריגירען דעם פארשטאנד.

דעס איז די סוד פארוואס ער האט געפושט און גערידערט אויף נייע וואלען אין אריין שטופען זיינע בריונים כדי ער זאל האבען די פולע קאנטראל לעשות כרצונו, ולעשות רצון טובי הקהל כרצונו, עס האט נישט צוטוהן מיט כבוד שמים, כבוד התורה, החזקת התורה אדער עפעס אן אנדערע רוחניותדיגע ענין, נאר להרבות כבודו וכבוד משפחתו, והחזקת בניו וחתניו,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2011 00:07 לינק ישיר 

איך בין טאקע נישט קיין מעמבער אין די ווינער קהילה, אבער אלס א וויליאמסבורגער איינוואוינער האב איך גאנץ גוט מיטגעהאלטן ווי ווינער רב שליט"א האט אויפגעבויט וויען פון א ביהמ"ד ווי ס'האט געדאווענט 40 50 אלטע אידן, האט ער אריינגעברענגט אינגעלייט און די קהילה האט צוריק אויפגעלעבט, ער האט געמאכט זיינע טעותים ווי יעדע בשר ודם קען מאכן, ער איז אבער נאך אלס פון די שענסטע און אנגענומענסטע רבנים אין שטאט, א ת"ח און ירא שמים וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2011 02:04 לינק ישיר 

איך האלט אז "וויכטיג" האט א פוינט. און איך האלט אז די פריערדיגע רבנים האבן "יא" געהאט אינוואלוומענט אין די גשמיות הקהלה וואס איז לצורך רוחניות. איך האב דארט א באקאנטן וואס איך'על פרעגן (עמיר זעהן ווער ס'עט לענגער ווארטן...), דערווייל זעה איך נישט עפעס גאר מאטערליסטישע טענות. דו זאגסט נאר אז ער "וויל" שולט זיין און ער "וויל" א העכערע וועידש, און ער "וויל" פאר זיינע קינדער. און מארגען וועט צוקומען די דריי ווערטער "יעדער איינער ווייסט" אז ער "וויל".... און מיט דעם וועסטו וועלן זיין גערעכט. איהר זאלט מוחל זיין עס שיינט פון דיינע ווערטער ווי דו רעדסט נאר ווי א פאלנער טיפישער מחרחר ריב ומדון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2011 23:28 לינק ישיר 

וויכטיג האט טאקע א וויכטיגע פוינט,
ווינעא רב האט אריין געברענגט מתפללים און אויפגעלעבט דאס ביהמ"ד מיט מנינים,
נעקסט טיים וואס דער שומר שבת שוהל אין בארא פארק וועט זיכען א משמש/גבאי דארף מען אנטראגען דעם ווינער רב,  -  דער שומר שבת שוהל איז געוועזען, ביז אפאר יאהר צוריק א ביהמ"ד פון אפאר אלטע אמעריקאנער/בארא פארק אידען, זייערע קינדער האבען נישט באלאנגט צום שוהל אדער אוועקגעמאווט און עס האט אויסגעזעהן ווי דאס שוהל שטארבט אויס,   
מען האט אויפגענומען דעם גאון און צדיק הרב טירנויער זצ"ל אלץ רב, צו געבען שיעורים, דרשות און פסקנ'ן שאלות וכו' וכו' 
און צו דעם איז צוגעקומען א איידעלער אינגערמאן אלס גבאי/משמש וואס האט געארבעט און אויפגעבויט ביז עס איז געווארען א שוהל געפאקט מיט מתפללים, עס איז געווארען א הערליך מקום תורה און תפלה
היות ווינער רב קען אויך באוואזען צוצברענגען וואכענטאגע מתפללים און מאכען מנינים  (מיט געבען פרישטיגס און סנעקס) איז ער טאקע פאסענד פאר א דזשאב און שומר שבת שוהל אלץ נעקסטע גבאי/משמש.
אדרבה קומטס און זעהטס ווי דארטען די רבנים, [דער געוועזענער רב, הרב טירנויער זצ"ל]  און יעצט זיין ממשיך דרכו זיין זוהן שליט"א לייגען אריין כוחות און די שיעורי תורה, וואס מען לערנט דארט, נישט נאר אפאר מגידות תורהל'ך און דרשות נאר לימוד גפ"ת קלאר, שיין אויף א הויך ניווא, מען האט שטענדיג געוויסט אז הרב טירנויער איז אריין געטאן אין טיף לערנען, געוועזען א מרביץ תורה פאר בחורים און בעלי בתים אויף א טיפען און שיינעם שטייגער, און אזוי אויך זיין זוהן שליט"א דער ממשיך דרכו,  און בויען די מנינים לאזען זיי פאר'ן משמש,
עטס זענט שטארק צופרידעו אז דער ווינער רב האט אריין געברענגט מתפללים, א שיינער זאך,
ווי זענען זיינע שיעורים, עפעס א שטיקעל גמרא, גפ"ת, א סוגיא, א פלפול, הלכה, אדער פסקנ'ן שאלות.
(אין בארא פארק גיט ער  א שיעור אין או"ח - מגן אברהם , אפגעדאווענט מיט אביסול טאטש אהנע חיות אהנע טעם]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2011 18:12 לינק ישיר 

האורח כתב:
צוקוקנדיג פון די זייט זעהט מיר אויס אז איהר מוטשעט זיך זייער צו טרעפן וואס צו שרייבן. מען ווארט שוין א גאנצע וואך צו הערן איבער די "ווילדקייט" וואס איז פארגעקומען אין מאנסי. א רב פון א קהילה צו זיצען רעגלמעסיג מיט זיינע טובי הקהל (כנהוג מדור דור בכל תפוצות ישראל) הייסט ביי אייך 'חעלעם'.
עס זעהט מיר טאקע אויס אז ווינער רב איז גערעכט מיט וואס ער טענה'ט אז עס איז דא עטליכע אזוי ווי אייך וואס וואס האבן פרובירט און פרובירן שטארק אויפצובלאזן מחלוקת, אבער ווי עס שיינט איז עס שוין צונישט ווי א זייפן בלאז, און דעריבער בלייבט נאר איבער צו שרייבן סתם דברים של מה בכך.

תוקן על ידי האורח ב- 29/06/2011 19:57:21





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2011 18:26 לינק ישיר 

ווינער רב האט ביי זיינע טישן, הקפות, פורים, שנה טובה וכו' וכו' זייער א שיינע עולם,ס'איז א פאקט, ער האט פיל אנהענגער און מעריצים (איך וויל עס נישט אנרופן חסידים כדי דיך נישט ארויסצוברענגען פון די כלים..), ער האט נישט געמאכט מנינים ווי שומרי שבת, ער האט אריינגעבלאזן א רוח החיים אין א פארשלאפענע האלב אויסגעלאשענע קהילה...

איך פארשטיי אז פאר די אלט געזעצענע יעקעס שמעקט נישט די חסידישע ווינטן וואס ער האט אריינגעברענגט, אבער ער האט געמאכט מיט די קהילה תחיית המתים..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2011 19:28 לינק ישיר 

אלעס זייער פיין אבער א מענטש ווערט אויסגעפרווט בכיסו בכוסו ובכעסו,
ער מעג האבן אלע מעלות, אבער וואס ער איז עכט, איז ער דורך געפאלן דעם טעסט,

און "וויכטוג" פאר דיר וויל איך זאגן  אז דעס וואס די זאגסט וועגן די גרויסקייט פון ווינע רב בכמות,
דאס איז אמאהל געווען, קען זיין די האסט אמאהל געוואינט און ווילימסבארג,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2011 21:04 לינק ישיר 

פאר צען יאר צוריק פלעגט ער האבן אסאך מער מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/7/2011 19:21 לינק ישיר 

ער האט מסתמא טאקע אסאך ווייניגער מענטשן "פון די גאס" ווי ער האט געהאט אמאל, די פאליטיק אין פארשידענע קהילות פלעגט שיקן צו אים מענטשן און דערנאך אוועק נעמען.. ס'איז געווען "צייטווייליגע" חסידים, אין סך הכל האט ער פיל מער בייגעשטייערט צו די קהילה ווי ס'איז געווען פאר דעם, די קהילה לעבט סאך מער און איז א פיל גערעסע און ערנסטערע פארנעם ווי פריער, טראץ די מערכות וואס די יעקעס (רוב מאל מיט ערנסטע און ריינע כוונות) האבן יעדע שטיקל צייט געפירט מיט אים..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.