|
|
| נשלח ב-13/6/2011 20:52 |
|
| |
דאס מאל איז עס שוין אריבער אלע גבולים אויב וועלן די רבנים יעצט שטיל בלייבן, ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט אלע אנדערע "גדולי ישראל און קהלות קדושות בישראל"
קיין שום ספק פאר קיינעם מסירה וועט קיינמאל נישט בארעכטיגט ווערן!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 20:58 |
|
| |
די גבולים זענען שוין אריבער פאר 21 יאר צוריק ווען מען האט גערופן רבינו שליט"א אין געריכט, און דאס זעלבע פאר 13 יאר צוריק און די דעמאלטסיגע מחרחרי ריב ווייזן זיי יעצט דעם וועג בפועל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 21:15 |
|
| |
די רעדע איז דא איבער א סיוויל לייעביליטי לא-סוט, נישט קיין קרימינאלע פרעסן טשארדשעס, דאס מיינט דער שרוף פארלאנגט צער רפוי שבת בושת, עין תחת עין, פאר אלע וואס זענען אחראי פאר די היזק, ער קען דאך נישט סוען דעם בחור'ל, א ראצערל וואס האט קיין פרוטה צו זיין נאמען, דעריבער גייט ער צו ווי ער קען באקומען עפעס פארגיטיגונג, די קהלה און די מנהיגים,
און אמעריקא איז ידוע אז אפי' א מענטש זאל ארויסקומען זכאי פון א קרימינאלער פראצעס, קען ער נאך אלס זיין אחראי צו באצאלן פארן היזק, די מערסטע באקאנסטע משל איז או-דשעי סימפסאן, כידוע
זה ברור,
צו ער איז גערעכט צו נישט, וועל איך דערווייל לאזן פאר אנדערע,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 21:27 |
|
| |
איז א אזא סיוויל לייעביליטי לא-סוט געקאווערד ביי אונשורענס? דארף מען א היתר בי''ד צוגיין פאר גיין מיט אזא זאך אין קארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 21:38 |
|
| |
ס'ווענד זיך "וועם" די סוסט, געווענליך ווען מ'סוט, סוט מען איינעם וואס האט אינשורענס, באופן זה איז די אינשורענס פירמע די וואס פארטייגן זיך אין געריכט, אדער א גרויסע פירמע וואס האט מיליאנען, למשל "ניו יארק סיטי" איז א קלאסישע פירמע וואס מסוט, ווען מ'פאלט אראפ אויף א ציבראכענע גאדער, וכדומה...
(או-דשעי סימפסאן האט מען געסוט פשוט צו פראוון א פוינט, ווייל די משפחה איז געווען זייער דערביטערט נאכדעם וואס ער איז פרייגעשפראכן געווארן,)
צו מ'דארף א היתר בי"ד, לכאורה יא, ווייל למעשה איז עס א געהעריגע דיני ממנות צווישן צוויי אידן,
מיין שאלה איז נאר, איך בין נישט באקאנט, צו בימינו איז דא אזא מין מושג ווי גובה זיין, צער רפוי שבת בושת, בזמן שאין יד ישראל תקופה, איך ווייס באמת נישט...
לאמיר זאגן איינער דארלאנגט מיר א פראסק אין מיטן גאס, קען איך איהם רופן צו די"ת? צו פארגיטיגן מיינע בישות
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 13/06/2011 21:44:25
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 21:53 |
|
| |
איך האב אביסל מער אריינגעטראכט אינעם נושא פון לייעביליטי אינשורענס,
דא קומט נישט אין באטראכט קיין אינשורענס, ווייל אינשורנס קאווערט קיינמאל קיין "ארסען" אז איינער גייט בזדון מאכן א שאדן איז די אינשורענס פירמע נישט אחראי צו דעקן קיין איין פעני פון די שאדנס,
וואס עס קען געשען אויב רוטנבערג איז סוקסעספול, און די געריכט זעהט איין אז די קהלה איז געווען אחראי אויף די שריפה, ווערן אלע נכסים פון די קהלה משעובד פארן רוטנבערג און ער קען זיי צו נעמען בנינים רעכט אויף לינקס, ביז די ווערד כפי אשר יושת הקארט, וואס קען זיין מיליאנען, ס'לגמרי נישט איבערגעטריבן אז איך זאל זאגן ער האט די מעגליכקייט צו באנקראטירן סקווירא, קלאר אז ס'דא אזא מציאות,
אבער מ'האלט נאך גאר גאר ווייט פון דעם. _________________
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 13/06/2011 22:04:54
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 23:17 |
|
| |
דער עוכר ישראל המוטל על ערש דוי, האלט אין איין רעדן פון חילול השם, ווען ער איז דער מחלל שם שמים בפומבי אויפן ערגסטן פארנעם, ער ברענגט שיינע מאמרי חז''ל אויף די הארבקייט פון חילול השם, און כאפט גארנישט אז דאס אלעס איז געזאגט כלפי עם אליין, ער זעט גארנישט אויס אזוי צו געלייגט פון די גאנצע טראגעדיע, ווייסט איר פארוואס? ווייל מיר זעט אויס אז ער פרייד זיך פאר איין סיבה, די בארד איז עם שוין לאנג געווען א פראבלעם, ער וואלט געוואלט אויסזען ווי זיין זיסער איידעם, קליר קאט!, אבער ער האט זיך געשעמט אפ צושניידן די בארד, על כן איז ער בשמחה אז מלאכתו נעשה על ידי אחרים, מארק מיי ווארד, די בארד גייט שוין קיינמאל נישט צוריק, יו קען קיס איט גוד ביי,
וועגן זיין לאו סאט, האט ער א גאר שווער פעלד, אוודאי וועט דאס גורם זיין צער און עגמת נפש פאר סקווירא רבי און די ראשי הקהלה, אבער צו געווינען דארף ער איבערצייגן אז זיי האבן געשיקט, אדער אפילו געוויסט אז מען גייט דאס טון, און אז זיי האבן דאס געקענט און געדארפט פארמיידן, און דאס איבער צו צייגן איז זייער שווער, צענדליגע עדות וועלן קומען עדות זאגן אז מען האט כסדר געווארנט נישט צו טון קיין ווילדע אקציעס, יא, מען האט עם גערודף'ט און מען האט עם אויסגעשלאסן פון די קהלה, אבער דא קומט אריין רעליגיע, וואס די קארטס וועט אוועק שטיין דערפון, מענטשן פארגעסן איין זאך, אז אין אמעריקע איז טאקע א לאנד פון פרייהייט, מען קען קיינעם נישט ארויף צווינגען קיין רעליגיע, אבער פונקט אזוי איז דא א קאנסטיטוציע קלאוס וואס הייסט פרידום אוף רעלידזשן, און די קארטס זענען זייער האקל פון דאס צו טשעפען, דער סקווירער רבי האט געבויט דאס שטעטל בזיעת אפו, יעדער איז דאס מודה, די פארשריפטן פון די קהילה (קאמיוניטי) איז שוין זייט דאס שטעטל שטייט, קיין שום נארמאלער ריכטער אין אמעריקע וועט נישט באשולדיגן די סקווירא קהילה, נאר דעם אויסווארף ראטענבערג, ווען איך וואלט געווען דער לויער פאר סקווירא, לייג איך דעם ראטענבערג אויפן סטענד און מאך דאס קורץ אין שארף, לויער: מיסטער ראטענבערג, ווי לאנג שטייט שוין דאס שטעטל סקווירא, ראטענבערג: 50 יאר, לויער: איז סקווירא א סקיולער שטעטל אדער א רעליגיעזע שטעטל? ראטענבערג: דאס שטעטל איז א שטעטל אין די פרייע אמעריקע און יעדער קען לויטן געזעץ טון וואס ער וויל!!! לויער: ווי לאנג וואונסטו שוין אין סקווירא? ראטענבערג: 35 (?) יאר, לויער: וואוינען אין סקווירא מחללי שבתים? ראטענבערג: נישט וואס איך ווייס, לויער: וואוינען אין סקווירא גויים? ראטענבערג: ניין, לויער: וואוינען אין סקווירא פרייע אידן? ראטענבערג: ניין, לויער: קען א פרוי אין סקווירא גיין אויסגעלאסן נישט בצניעות? ראטענבערג: מען מעג לויטן געזעץ גיין וויאזוי מען וויל. לויער: גייען אין סקווירא פאויען אויסגעלאסן? ראטענבערג: ניין! לויער: פארוואס? ראטענבערג: ווייל דאס איז א רעליגיעז שטעטל, און יעדער וואס קומט וואוינען קיין סקווירא ווייסט די רולס, לויער: האט מען די גערודף'ט אין סקווירא? ראטענבערג: זייער שטארק! לויער: פארוואס? ראטענבערג: ווייל איך האב מיך נישט געוואלט אינטערווארפן אינטער די רולס פון די קאמיוניטי, לויער: (דרייט זיך אויס צום דזשאדזש אין זאגט) יור אנער, איי רעסט מיי קעיס!!!
אוודאי איז קרימינאלע אקציעס נישט בארעכטיגט, אבער ווען איינער גייט א קעגן א גאנצע קאמיוניטי, און רייצט זיך מיט זיי, און שרייט אז קיינער וועט מיר נישט איינטיילן, דאס ווערט נישט באטראכט ביי די קארטס ווי א נרדף צו א קרבן, זיי באטראכטן דאס ווי א מזיד און א מאבד עצמו לדעת, און די קאנסעקווענצן האבן געקענט פארמיטן ווערן, ביי דעם באטרעפנדן. על כן נזכה ונחי' ונראה...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 23:27 |
|
| |
און די ענד וועט זיין א סעטעלמענט, עס וועט נישט גייען צו קיין פולע טרייעל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 23:47 |
|
| |
ס'ווענד זיך, אויב גייט עס צו א דשורי, האט רוטנבערג שטארקע אויסזיכטן אז די דשורי וועלן איהם באווארפן מיט מיליאנען, דשוריס זענען אלס נוטה צום קרבן, אבער כידוע, געזעצליך האט דער אנגעקלאטער די ברירה צו אויפגעבן די רעכטן פון א דשורי אין לאזן בלויז פאר א דשאדש זאל דן זיין, דאן ווענד זיך אינעם דשאדש,
משה'לע, האסט א שטיקל טעות, דא רעט מען פון וויילענס און דיני נפשות, וואס א מענטש איז בזדון שרעקליך צו'מזיקט, דא גייט לכאורה לגמרי נישט אין באטראכט גענומען ווערן רעליגיע, די איינציגע דיפענס-סטראטיגיע וואס קהל און דער רבי וועט האבן אז זיי האבן לגמרי נישט געהאט קיין יד דערין, דאס אלעס,
אבער פארגעס נישט איין זאך אז ווען ס'קומט צו סיוויל לייעביליטי מוז מען נישט פראוון אז דער אנגעקלאטער איז געווען דער פיזישער אנגריפער אדער ממש געשיקט דעם אנגריפער, אויב איך קען אויפווייזן אז זיין "פארנאכלעסיקייט" "נעגלעדשענס" האט "גורם" געווען צו די אקט, איז ער אחראי פאר די שאדן, אפי' ער איז טאקע נישט קיין קרימינאלער פאברעכער, אבער אחראי קען מען פארט זיין, אזוי ווי מ'האט געזען ביי או-דשעי סימפסאן,
אין די ענד, איז לכאורה have_hope גערעכט, סקווירא גייט סעטלען,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2011 23:56 |
|
| |
סקאט
אפילו לשיטתך אז דער קרבן קען אויפווייזן אז זיין "פארנאכלעסיקייט" "נעגלעדשענס" האט "גורם" געווען צו די אקט,
איז דא דאך אביסל אנדערש, ווייל און די עצם אקט איז דער קרבן זיך אביסל אליינס שולדיג, ווייל ער איז זיך געגאנגען שלאגען מיטען אגרעסער, סקווירא קען טענה'ן און געריכט, אז אלמלא דער קרבן נעמט ווען נישט די געזעץ און די אייגענע הענט, און גייט זיך נישט שלאגען, וואלט קיינמאל נישט געשען וואס עס איז געשען, ער האט געזאלט ריפען פאליס, און נישט זיך גיין שלאגען מיט איינעם וואס האט פייער און די הענט, אלמלא רוטענבערג בלייבט ווען ביי זיך און לאט און ווארט אויף די פאליס, און גייט זיך נישט שלאגען, וואלט ער ער בדרך הטבע יעצט נישט געווען און שפיטאל
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2011 00:27 |
|
| |
סקאט, לאמיך אביסל מרחיב זיין, אויב דאס איז א קרימינאל קעיס און נישט א סיוויל קעיס, איז אסאך בעסער פאר סקווירא, ווייל ביי קרימינאל דארף זיין כולו חייב, אלע 12 דזשורי מיטגלידער דארפן מסכים זיין פה אחד אז דער באשולדיגטער איז שולדיג, און אויב אפילו נאר איינער איז נישט מסכים גייט ער ארויס זכאי בדין, ווידער ביי סיוויל דארף זיין נאר 9 פון די 12, צווייטענס, ביי קרימינאל אויב זענען די דזשורי מסופק דארפן זיי עם טרעפן נאט גילטי, זיי דארפן זיין הונדערט פראצענט קאנווינצט אין זיין שולדיקייט, ווידער ביי סיוויל איז גענוג דער טערם "גאנץ מעגליך" אדער "ווארשיינדליך" און דאס איז אויך גענוג צו טרעפן שולדיג,
אבער דא איז גאר אן אנדערער מדובר, אויב איז נישטא קיין פרוף אז דער רבי אדער די ראשי הקהילה האבן געהאט א ממשות'דיגן חלק דערין זענען זיי אומשולדיג, עס איז נישט זייער אויפגאבע אדער פליכט צו פראטעקטן יעדן איינוואוינער, ער קען קלאגן די פאליציי, ווייל זיין טענה איז אז ער האט זיי גערופן צענדליגע מאל און זיי האבן עם איגנארירט, אבער צום רבי אדער די ראשי הקהילה און אפילו דעם מעיאר און שטאטישע איינגעשטעלטע קען ער נישט קלאגן פאר נעגלעדזשנט, ווייל עס איז נישט זייער אויפגאבע עם צו פראטעקטן,
אמת אז מיט א דזשורי קען מען קיינמאל נישט פאראויס זאגן, און מיט א ריכטער האבן זיי אסאך א גרינגער פעלד, אבער אפילו מיט א דזשורי האט ער א שוואכן קעיס א קעגן די קאמיוניטי,
רעליגיע וועט דא זייער אסאך אריין קומען, ווייל די שאלה איז צו די קאמיוניטי און דער רבי האט א רעכט ארויף צו לייגן זייערע רולס און רעגאלעישאנס אויף די איינוואוינער, און דער ענטפער איז אז אין רעליגיע מישט מען זיך נישט, דא איז נישט די רעדע פונעם קרימינאלן אקט פון דעם בחור, נאר פון די אקציעס אדער אומ-אקציע פון די קאמיוניטי, און רעליגיע איז א גרויסער פארט, איך האב שוין געברענגט מערערע ביישפילן ווי רעליגיע האט די אויבערהאנט איבער פרייהייט, און איבערן געזעץ, ערב פסח ווערן גאנצע געגענטס פארויכערט פונעם שריפת החמץ, און קיין שום קאמפלעינט קען דאס נישט אפשטעלן, עירוב דראטן אין אלע געגענטער, מזוזות אין קאנדאמיניומס אין גאנץ אמעריקע, און כסדר גייט רעליגיע ארויס דער געווינער איבער געזעץ, מען שפארט אפ גאסן וועגן רעליגיעזע צערעמאניעס און טראץ דעם אומ-באקוועמליכקייט פון די איינוואוינער קענען זיי גארנישט טון, רעליגיע איז א מעכטיגער וואפן, און א געניטער לויער וועט דאס געוויס ניצן. אזוי ווי לויער האבן ליב צו ניצן דעם "רעיס" קארד,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 21:28 |
|
| |
Aron Rottenberg Released From Hospital
|
|
|
|
|