אויפמערקזאם פאר ליינער פין מהרז''לס פארום בנוגע די ליגענטס קעגן וויען
אזווי דער מנהל פין מהרז''ל'ס פארום האבען מיך צוגענומען רשות כתיבה ווייל איך האב נישט מיגעשטימט מיט אלע ליגענט קעגן צד מהר''א וועל איך מוזן שרייבן דא, איך גלייב איז די ליינער פין יענע פארום ליינען אויך
בנוגע די נייע ניק וואס שרייבט זייער מיעס אויף ווינער רב אין זיינע שטיצער,
דער ניק ווייסט נישט וואס טוט זיך אין וויען בחיכון וביומיכן ער שרייבט פאר פייער אין פאר וואסער, זיין ציהל איז צו באשמיצן ווינער רב, ער לייגט צו יעדן טאג לכה''פ איין תגובה פין הוילע ליגענטס
ווי יעדער האט געקענט זעהן האט צד מהרז''ל אנגעהויבן גיסן שמוץ אויף ווינער רב שליט''א נאר וויבאלד עס האט געהאט א שלעכטע אפקלאנג האבען זיי עס טיילוויז אויסגעמעקט, אין זיי ווילן מען זאל מיינען אז די יעקערס וואס האלטן צירוק די וואלען אין וויען האבען געפענט א יוזער אויף זייער פארום צו באשמיצן דארט ווינער רב, ווער עס זיכט דעם אמת זאל נישט מקבל זייין קיין לשה''ר פין יענע ניק אין פין זיינע אנדערע ניקס, סיי קעגן מהר''א, סיי קעגן סקווירא אין סיי קעגן וויען אין אנדערע קהילות, איר וועט באמערקן אז די אלע ניקס וואס דארפן לכאורה זיין סקווירא אדער וויענע חסידים שרייבן נישט אין ערגעץ בלויז ביי מהרז''ל'ס פארום,
עס ווערט מיר נאר ווידער שווער די אלטע קשיא, פארוואס וועט צד מהרז''ל אייביג שטיצן די וואס שטעלן זיך קעגן א הנהגה,
נשלח ב-1/6/2011 01:42
איך פארשטיי נישט פארוואס נאך א וואך טאנצן אויף די גאסן פאר פרייד פין אינצידענט אין סקיווירא ציען די זאלי'ס צוריק אין מאכן זיך אזוי אומבאלימפערט זיי מיינען אז די גאס אין די וועלט איז נער'יש
א הפקר פירמע אין אפאר הפקר יונגאטשן שטיין אויפן פראנט
נשלח ב-31/5/2011 22:26
nikelsburg 845-738-1400 then 3 36#
נשלח ב-31/5/2011 21:05
ר' מענדל האגער דער רב פין שיכון וויזניץ אין גיבערס האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט ביי זיין שיעור אין וויזניצער ישיבה גדולה קעגן די וואס נעמען זיך אן פאר די וואס גייען קעגן א הנהגה, ובפרט קעגן א גאנצע שטאט מיט די קהילה, ער האט געדרעדט גאר שארף, אויף אזוי ווייט אז ער האט זיך געדארפט אנטשולדיגן עטליכע טעג שפעטער אז ער האט נישט געמיינט צו בארעכטיגן וואס דעם צינדער
ר' שמחה ישראל בלום פין קאשוי האט אבער יא שטארק מוחה ביי פרק פארלערנן געווען אויף סקווירא מיט ענליכע טענות וואס צד מהרז''ל באשילדיגט די סקווירא רבי אין די סקווירא קהילה
ר' מיכל לעבאוויטש דער ניקלעשבורגער רבי האט זיך אויך געלאזט הערן ביי ש''ש תורה איבער די סקווירא פרשה די תוכן דערפון איז מיר נישט באקאנט
קען עמיצר ברענגן די פולע תוכן פין די דרשות אדער פין אנדערע דרשות?
נשלח ב-31/5/2011 19:39
איך האב מיך געווינדערט פין די ערשטע מיניט וואס האט געשטופט צד מהרז''ל צו גיין מיט די מהרסים
דאס אז צד מהרז''ל וועט אייביג גיין קעגן די הנהגה איז א גרויסע פליאה וואס איך זעה נישט די פשט דערפון, ביי צד מהרז''ל וועט מען אייביג גרינגשעצן אין חוזק מאכען פין א צווייטע קהילה אדער רבי אפי' פין היימישע רבנים ווי רבי יחזקאל ראטה אדער רבי אייזיק מ'ספינקא, אפי' אפיציעל ביים רבין'ס טיש וועט מען חוזק מאכען פין אנדערע רבנים, אין די זעלבע דא ביי סקווירא שטעלן זיי זיך עפענטליך צוזאם מיט די צד המתנגדים אין רייסן אראפ דעם סקווירא רבי'ן ווי די וועלטס אכזר, אין דעקן אלע עוולות פין די מתנגדים טראץ וואס זיי באשטייען פין נישט אזעלכע שיינע יודן
די גרעסטע פליאה פין אלעם איז, אז אין וויליאמסבורג ווי צד מהרז''ל האט געוואלט זיין בעה''ב, האבען זיי יא פארשטאנען אז כדי צו זיין בעה''ב מעגן זיי איינטיילן פאר יעדן וואס צו טוהן, אפגערעדט פין דעם אז זיי האבען ווי אימער געשטעלט שטיינער אין וועג פאר צד מהר''א פין עפענען אייגענע מוסדות אין בתי מדרשים ביז מסירה ממש (נאכדערצו אז מען האט פארמאכט זייערע איחוד בתי מדרשים) נאר אפי' ביי די פרעמדע קהילות האבען זיי אויך געוואלט ארויפצווינגען זייער תקנות, וואס דארפן מיר א בעסערע דוגמא ווי די עירוב ווי צד מהרז''ל שרייען נאך מענטשן וואס פאלגען נישט זייערע רבנים אין טראעגן מיט די עירוב ע''כ
די זעלבע איז יעצט ביי די וויענער קהילה, באשמיצט צד מהרז''ל דעם ווינער רב אינטערצוברענגן זיין הנהגה אין ווען זיי זעהן אז עס קוקט נישט אויס גיט, עפנען צד מהרז''ל א פרישע ניק כאילו א ווינער שרייבט ביי זיי אויפן פארום,
* דאן הערט ווי אנגעבלאזן און אפסי'דיג דער סקווערער האט גערעדט פון די פרשה דאנערשטיג, און דאן זאג מיר, עם מי החותמת, ולמי הפסולים!
תוקן על ידי סטראבערי ב- 31/05/2011 04:42:32
נשלח ב-31/5/2011 02:33
נעבעך א רחמנות צי קוקן אויף די שטריקעס פארן ארום זיך אן נעמען פאר דעם ראטנבערג ס'קומט נעבעך דברי חיים טרערן עס צי צי קוקן
נשלח ב-31/5/2011 01:31
קרעדיט משה'לע
דערביטערטע בני יואל/זאליס פייטן פאר עקזיסטענץ
די דערביטערטע בני יואל /זאליס שפירענדיג אז זיי זענען דער יוצא דופן ביי כלל ישראל, זיי זענען אויסגעשפיגן ביי יעדן, האבנדיג א ביטערן דורכפאל אין די מערכה אקעגן רבינו שליט''א, ווען רוב בתי מדרשים איז בידינו, רוב מוסדות הקדושים איז בידינו, די הנהלת הקרי' איז בידינו, און אפילו אין וויליאמסבורג ווי די גניבה איז זיי יא געלונגען, האבן מיר זיך אהער געשטעלט למעלה מין המשוער, א בית המדרש וואס פאקט איין ראדני, מעכטיגע מוסדות התורה, ועל כולם די אהרונים זענען ביי יעדן געשעצט, יעדער רב/רבי וואס קומט קיין וויליאמסבורג און פילט זיך פארפליכטעט צו גיין באזוכן דעם גז''ל, מאכט זיכער אז בו בזמן גייט ער באזוכן דעם רב שליט''א, דאס מיינט אז דער גז''ל'ס קאמפעטישן איז ווייט נישט כ''ק רבינו שליט''א, נאר (אפשר) דער רב שליט''א, (אין דאס אויך נישט, איר גלייבט נישט? כאפט נאר א שפאציר פון ראדני קיין הופפער ביי שלש סעודות וועט איר זען וואס איך מיין) שיין דערלעבט!
נו, וואס האבן זיי געטון, האבן זיך בלק און בלעם צוזאמען געשטעלט, אולי וועט זיי געלינגען ביי צוקומעם דעם מעכטיגן כח פון ס''מ (סאטמארער מנהיג...) קומען זיי ארויף יעדן מאנטיג און דאנערשטיג מיט פרישע שערוריות און עלילת דם, ווי די נעאלאגן און די פורקי עול פון דערהיים, אבער זייעיר הצלחה זעט יעדער איינער, זיי זענען ללעג ולקלס ביי יעדן רעכט דענקענדיגער איד, יעדער ווייסט היינט צו טאג אז די בני יואל זענען געווען די ערשטע צו גיין בערכאות הגויים, און אז די זאליס טועו זיי כסדר נאך, יעדער ווייסט און זעט אז אלעס וואס רבינו שליט''א וועט טוהן אדער זאגן לכבוד שמים וועלן זיי זאגן פארקערט, עסן כשרס? דווקא נישט! עסן מצות מהודרים? ווילן מיר נישט! צניעות'דיגע בגדי נשים, נאו וועי!, נאך א מזל אז רבינו שליט''א הייסט נישט האלטן שבת, ווייל אז יא וואלטן זיי גאנץ זיכער געפארן מיט די קארס אין בית המדרש...
זעהנדיג דעם ביטערן דורעכפאל ביי די סאטמארע מערכה, האבן זיי זיך גענומען אויף סקווער, איי וואס האט רבי אהרן טייטלבוים מיט סקווער?, אויסער א קירבה משפחתית, אבער נישט מעלעריש, מען וועט שוין עפעס אריין פלעכטן עפעס א פשעטיל, און מאכן א טשאלאמאדי, און אלי יחוס, אפשר וועט פארשווארצט ווערן דער פנים פון רבי אהרן, לא בחינם האבן זיך אראפ געלאזט די נידעריגסטע מושחתים פון קרית יואל קיין סקווער און זיי ווערן פלוצלינג דער פארזארגער פון די אויסווארפן אין סקווער, לא בחינם הלך הזרזיר אצל העורב אלא מפני שמצא מין את מינו, זיי פראבירן מבאיש ריח זיין פאר כ''ק אדמו''ר מסקווער און מיני בי אריין פליקן פאר כ''ק אדמו''ר מסאטמאר,
אצינד ויבא הכתוב השלישי, זייערע גרויסע מנהיגים האבען זיך גענומען איבער די ביינער פון כ''ק אדמו''ר מווין שליט''א, אז מען קען נישט פירן סאטמאר, און נישט סקווער וועט מען זאגן מיינונגען אין ווין, און בעזר השי''ת וועלן זיי איבעראל האבן די זעלבע הצלחה, זאל די וועלט זען קלאר און באשיינפערלעך, אז משה אמת ותורתו אמת, ווען דער הייליגער ברך משה זי''ע האט געזאגט אז דאס זענען ווערעמיגע קינדער, איז דאס קאי וקיים, און זיי מאכן זיכער צו ווייזן פאר די וועלט ווי דער ברך משה איז גערעכט געווען.
נשלח ב-31/5/2011 01:21
עס איז קלאר אז מ'קען נישט בארעכטיגן די ווילדע אקטען וואס היצקעפ נעמען אינטער אויף די אייגענע האנט
עס איז נאר כדי צו קוקען ווער ס'רעדט ווער נאך האט געטוהן אזויפיל רשעות ווי זייער מנהיג משה פרידמאן????
האבען די זאליס ווייניג רשעות געטוהן פארן ברך משה ז''ל אין צייטן פין רבי'ן ז''ל? האבען די זאליס ווייניג רשעות געטהון פאר'ן ברך משה ביז מ'האט זיך אנגהויבן פארטיידיקען? האבען זיי ווייניג רשעות געטוהן פאר רבי'ן שליט''א (ליינט דא די אויסצאגען פין א דרשה פין רבינו בעל ברך משה איבער די רדיפות קעגן רבינו שליט''א http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2895610&forum_id=16386 ביי מישמאש'ס תגובה)
האבען זיי ווייניג רשעות אין רציחה ממשיך געווען זייט דער נועם הרשעות איז געקומען קיין וומ''ס
ביי רז''ל האבען זיך זייערע דיינים אין רבנים פארמאכט די קעפ, אפגערעדט פין א קול מחאה דארט זענען אלע רשעות אין טעראר געקומען פין די הויכע פענסטער די שלעגער זענען די נאנסטע מקורבים אין די מוסרים זענען די פני יודן ווען מ'האט איינגעזעצט 2 בחורים אין סענטראל בוקינג ביז אינמיטן יום טוב, ווייל זיי האבען נישט געלזאט רז''ל ניצן ''א קרוין'' פאר די חתונה פין זיין זון האט ריח''מ גענטפרט פאר די עסקנים ''ווער האט געהייסן די בחורים זיך מישן''....... ווען מ'האט פארגעהאלטן פאר רז''ל פילאפ היתכן די אפיציעלע קהילה מסרט א יונגערמאן אויף אזעלכע הארבע קלאגע ווי כשר'ן געלט אין ענליכס ביי די מקוה טהרה האט ער גענטפרט ''איך קען נישט קיין ענגליש'' (...) ווען מ'האט אנגערופן אייןס פין זייער דיינים צו שתדל'ן ווען די הנהלה פין זייער מוסדות איז אריין אין ציונסיטישע בג''ץ האט ער צירוקגעשריגן אויף יענעם ביזט אן עזות פנים... כהנה וכהנה וויפיל טעראר אין רשעות עס איז געקומען פין זייערע הויכע פענסטער אין די אייגענע דיינים האבען אפיציעל מחפה געווען
ווער געדענקט דען נישט וואס רז''ל האט גענטפרט ווען מ'האט אים געבעטן ער זאל רחמנות האבען אין באפרייען די 26 בחורים וואס זיין קהילה האט בשאט נפש ארעסטירט 26 אום יום טוב כדי צו אויפשפילן די פאר די פרעסע, אין צייט וואס די בחורים האבען גארנישט געהאט מיט די איבערקערניש (אין אפי' יא, וואסערע היתר אויף מסירה איז דא?)
זיי האלטן נאך אינמיטן באשמיצן סקווירא אינאיינעם מיט די אויסווארפען אין זיי האבען שוין ווינער רב אויפן צימבל.....
יעצט ווען ס'טוט זיך די רידעריי אין וויענער קהילה ווי די געבליבענע יעקעס שלאגען זיך מ'זאל בלייבן מיט די יעקישע מנהגים טראץ וואס די קהילה האט נישט קיין שום זכות קיום אויף דעם וועג אין יונגערע וועלכע זענען גרויסע חסידים פין ווינער רב ווילן טוישן צו די איינגעפירטע נוסח אין מנהגים ביי חסידישע אידן נו, אין מיט וועם מיינט איר זענען די זאליס? פירט אליין'ס אויס
זיי וועלן געבן פאר די יעקעס אלע מיני תירוצים אין באשמיצן ווינער רב פאר אלע חטאים וואס זיי וועלן אפיר קראצען (אין דרך אגב, לפי ידעתי איז די מעשה מיט די תפארת ישראל שול אויף קליימער פארגעקומען דורך די יעקע'ס)
זייערע מידות משחתות וועט זיי צושטעלן צו יעדער הירוס אין שטיצן די אלטע יעקעס וועלכע פירן א קאמפ מיט ווינער רב