|
|
| נשלח ב-31/5/2011 01:47 |
|
| |
דזשיגאן\אהרונים גייען אין פייער פאר סקווירא טעראריסטען
מיט א פרואוו אפצואווישען זייערע מעשי נבלה האבן זיך די אהרונים ארויסגעשטעלט בחרב ובחנות צו שטיצען די טעראריסטישע אטאקעס וואס עטליכע הפקר יונגען אין סקווירא האבן אפגעטוהן אנקעגן די הנהגה און אנקעגן די תקנת המקום ובראשם נגד מנהיג העיר און מרא דאתרא כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דער רבי שליט"א האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט פארגאנגענע וואך אנקעגן די אומדערהערטע אקט וואס געוויסע יחידים האבן דורך געפירט מיטן פרואוו צו באשמיצען און ברעכן די תקנת והנהגת העיר,
ליידער ליידער ויבוא גם השטן די באקאנטע מחרחרי ריב פון וועם סאטמאר ליידט זיך שוין צוזאם אזויפיל יארען גלייך אנגעהויבן צו פארענפערן און גערעכט געבן לטהר את מעשיהן הרעים און אזוי זיך ריינוואשען און מ'זאל חלילה פארגעסן זייערע שמוציגע מעשים אנקעגן די סאטמארע הנהגה,
פון די אלע מחרחרי ריב וואס זוכן ליידער צו צוברעכן די סאטמארער הנהגה האט זיך שוין אפילו האדמו"ר מהר"א צוזאם געליטן פון זיי, אזוי ווי עס איז באקאנט די דרשות וואס מהר"א פלעגט רעדן אין ישיבה אנקעגן זיי און אייביג פארדאמט זייערע טעראריסטישע מעשים אינעם הייליגן שטאט קרית יואל און כסדר געזאגט אז עס איז נגד רצונו און זיי טועהן עס על דעת עצמם אנקעגן די הנהגה ותקנת העיר,
אצינד ליידער ליידער שטייען די זעלבע מחרחרי ריב און געבן חיזוק פאר די מחרחרי ריב פון א צווייטע שטאט וואס גייען אין זייערע פיס טריט, און דערמיט געבן זיי חיזוק פאר די יחידים אנצוגיין מיט זייערע שלעכטע מעשים אנקעגן די הייליגע סקווירא קהלה און דערמיט זענען זיי מצער מרן מסקווירא שליט"א און זיי דערגייען אים די יארען רח"ל אלעס זיך צו ריינוואשען און ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט די איינציגסטע, הוי זהיר בגחלתן! געבט אכטונג וואס ענק טוען! אית דין ואית דיין! הערטס אויף חרוב צו מאכן דעם הייליגן שטאט סקווירא! הערטס אויף חרוב צו מאכן די הייליגע הנהגה דורכ'ן גערעכט געבן פאר די מחרחרי ריב ענקערע שותפים אין שיכון סקווירא!
_________________
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 31/05/2011 01:49:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 02:03 |
|
| |
די אהרונים האבן נישט ספעציעל ליב סקווירא, און די זאלונים האבן זיי נישט פיינט.
נאר אזוי ווי ס'איז געווארן אפגעטאן א מעשה רציחה דורך א סקווירא בחור'ל, וואס קומט אלס רעזולטאט פון חסידות העצע, און כאטש יעדער ערנסטער מענטש און סקווירא גופא, פארדאמט די אקציע, און פארשטייט אז מען איז געגאנגען צו ווייט. פרובירן די אהרונים זיך ארויפצוכאפן און מכלומר'שט אננעמען און פארענטפערן דעם צינדער, כדי צו בארעכטיגן דעם געדאנק פון שלאגן און טשעפענען אידן כאילו זיי מיינען סקווירא'ס כבוד.
עס גייט זיי אין לעבן צו מסביר זיין און בארעכטיגן דעם געדאנק פון העצן און שלאגן.
און זיי טוען דאס אויף סקווירא'ס אקאונט.
אבער עס קוקט אויס אז סקווירא האלט נישט ביים מיטארבעטן, דער סקווירא'ער רבי האט פארדאמט די אקציע, און באפוילן מען זאל זאגן תהלים אין תלמוד תורה פאר ראטטענבערג.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 02:17 |
|
| |
נאך וואס די סקווערע זענען שוין פארשווארצט געווארן ביי די גאנצע וועלט, פרובירן די ארונים צי ראטעווען די אימעדזש פון זייער שוועסטער פריינט דעם סקווערע דזשיגאן. זיי זאגן נאך די דברי דופי וואס דער קרית יואל'ע דזשיגאן האט געזאגט ביי איינע פון זיינע דרשות אז עס איז דא שבעים לשונות, אזוי האט מען זיך געפירט אין קראלי אזוי האט מען זיך געפירט און סיגעט אין אזוי פירט מען זיך אין סאטמאר. מיט דעם ווילן זיי ריינוואשן די סקווערע פאר די מעשה רציחה. און שרייבן אז אין סאטמאר און אנדערע מקומות האט מען זיך אויך אזוי געפירט במילא איז סקווירא גארנישט אנדערש אז מען האט איינעם צושלאגן. וואס עס האט ארויסגערופען געלעכטער פון זיינע ווערטער - אינעם דעם דערנעבעדיגע פורום איז ווי ער שרייבט ביים סוף אז "סקווערע רבי וועט נישט קלענער ווערן", זעהט אויס ווי דער שרייבער האט שוין פארגעסן צוויי זאכן. איינס = אין ווען עס זענען ליידער דורכגעפירט געווארן טעראר אקטן (איך גיי נישט אריין אין דעם פרט אז עס איז געווען ווען ר' אהרן איז נאך געזעצן ביים רעדל פון סאטמאר) איז דעמאלטס די רבי ז"ל דער בעל ברך משה ארויסגעקומען מיט א שארפע קול מחאה און פארדאמט די אקט. משא"כ דער סקווירא רבי זיצט שטיל כאילו עס גייט גארנישט פאר (נוסח זיין שוואגער: מ'האט איינעם אנגעשלאגן און ס'איז שוין ווייטער שטיל). נאר ווען אלע טעלעוויזיעס און ראדיא'ס רעדן שוין און ער איז שוין פארשטינקן איבער די גאנצע וועלט הערשט דעמאלטס מורמערלט ער ארויס אפאר ווערטער. צווייטע זאך איז אונטערסאנט ווי די ארונים רעדן זיך איין אז דער סקווירא רבי ווערט נישט קלענער צוליבן גיין אין פיס טריט פון ר' אהרן. דעהט אויס ווי דא האבן זיי שוין אויך פארגעסן אז אין קרית יואל האט זיך עס אויך אנגעהויבן מיט אפאר א.ג. מהרסים - אבער מיט זייער זייער ווייניג!! ווער עס געדענקט זענען זיי נישט באשטאנען מער ווי זעקס מענטשען, און טאקע ווייל מ'האט זיי אנגעהויבן רודפ'ן און געשיקט שפעטער איבערדרייען זייער אויסגעשפילטע ישיבה, דעריבער זענען זיי אויסגעוואקסן אלץ א מעכטיגע אימפעריע און פארמאגן היינט צוטאגס אלעס אלעס וואס א קהילה דארף האבן. נא טעראר ארבעט? ר' אהרן איז נישט קלענער געווארן? ווער האט שלאפלאזע נעכט וועגן א חתונה זאל?
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 02:32 |
|
| |
טאטעלע מיט ברךמשה, מיש נישט אריין דא קיין פאליטק פון ארונים און זלונים, און מאך די נישט די סקווירא רבי פאר א צדיק ווייל ער האט מכלומרשט פארדאמט די אטאקע. עס איז געטוהן געווארען טעראריסשטע אקציעס די לעצטע 20 יאר מצד די סקווערער רביס הויז, און סקווירא רבי האט נישט געזאגט קיין ווארט ווען מען געצאפט די בלוט פון סקווירא תושבים, יעצט א וואך נאך די שוידערליכע אקציע, ווען די גאנצע וועלט האט זיך אויפגעוועקט און געזעהן וואס סקווירא איז עכט, און נאכען באקומען אזא שלעכטע נאמען האט ער זיך דערמאנט אז מען דארף מתפלל זיין. ווי איז ער געווען ביז יעצט???? ווי?????
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 03:49 |
|
| |
איך גיי נישט אריין איבער די פרטים ווער עס איז אלס געווען פארמישט, אבער במציאות הדברים שטייט די גאנצע אידישע וועלט אריינגערעכנט אויך סקווירא חסידים און בייסן זיך די ליפען, הישמע כזאת?? ווי קומט דאס צו אידישע קינדער מזרע אברהם יצחק ויעקב?? זיי האבן דאך פאראוכזאכט א שרעקליכע חילולו ה' איום ונורא, און דערמיט פארשעמט איעדן איד אויפן כדור הארץ לעיני הגוים רח"ל, איבעראל ווי מ'שטייט און גייט הערט מען און מ'רעדט מיט גרויס צער און ווייטאג אויפן מעשי נבלה שנעשתה בישראל, איעדענס אידיש הארץ צוגייט אויפ'ן קרבן ציבור לרפו"ש, סקווירא רבי שליט"א אליינס האט גענומען שריט און גערעדט דערפון און עס שטארק פארדאמט ברבים, דאס איז אבער נאר גערעדט געווארען ביי אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים מיט אהבת ישראל צו א צווייטן איד, אבער משא"כ ביי די נידערטרעכטיגע מהרסים ומחרחרי ריב פונעם צד ה'דזשיגאן טראמפייט מען מיט א גרויסע געווינס אויף די בארבארישע מעשי אלימות, מ'שעמט זיך נישט עפענטליך ארויס צושרייבן און געבן גערעכטיגקייט פאר דעם מעשים תעתועים, דער יוגענטליכע פערשוין האט שוין לאנג חרטה אויף זיינע אומ-איבערגעטראכטע שריט וואס האט ליידער פריצייטיג פארהארג'עט זיין קורצען לעבן, אבער די אומ-רחמנות'דיגע אהרונישע מענטשען פרעסערס זענען נאך פארנומען אים צו פארענפערן און ריינוואשען אלעס כדי אז די סארט מהלכים זאל ווערן א נארמאלען דערהער ביי מענטשען און אזוי וועלן זיי קענען אנגיין מיט די זעלבע מעשים אין קרית יואל אהן קיין שטער,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 18:06 |
|
| |
אינעם דערנעבענדיגען פורום זעהט מען ליידער ווי די אהרונים גייען ווייטער אהן מיט זייער העסליכע הסתה אנקעגן די הנהגה פונעם עיר גדולה לאלוקים שיכון סקווירא יצ"ו בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אצינד אונטער א נייע סלאגאן פרובירענדיג אויפצוהעצן די סקווירא חסידים אנקעגן די ראשי הקהלה און בעיקר אויף די גבאים און משמשים בקודש פון סקווירא רבי שליט"א וועלעכע שטייען שוין לאנגע יארען לימין קדשו אין אלע קהל'ישע ענינים און זיי טראגן דעם שווערן עול פון דעקן די שווערע בודזשעטען פון שווערע מיליאנען דאלארען, מ'זעהט קלאר אז זיי האבן בלויז איין ציל און מטרה: אפצואווישען און ריינוואשען זייערע מעשים תעתועים וואס זיי האבן אפגעטהן אין די הייליגע סאטמארער קהלה אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולהבדלט"א בנו ומ"מ מרן מסאטמאר שליט"א וואס שמייסט זיי צוריק אין פנים עד היום הזה, כלל ישראל בפרט און סקווירא חסידים בפרט בעטן זיך בתחנונים: נעמט אראפ ענקערע שמוציגע הענט פון די הייליגע סקווירא שטאט! טוט נישט מיט די הייליגע סקווירא קהלה וואס ענק האבן געוואלט טוהן אין סאטמאר רח"ל!
_________________
תוקן על ידי טאטעלע ב- 31/05/2011 18:21:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 18:38 |
|
| |
דאס איז ליידער א דירעקטע תוצאה פון די אומערצויגענעם חינוך וואס צד מהר"א ווערט געפיטערט הן דורך זייערע משכיל'ישע שרייבערלעך און הן דורך זייער מנהיג אליינס, דער מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווי זיי קענען וועלען זיי גיין קעגן די הנהגה ודעת תורה אהן קיין טראפ געפיל, אייביג וועלן זיי אפלאכען פון די דעת תורה אזוי ווי מ'האט קלאר געקענט זעהן אלע יארען און אזוי אויך לעצטענס ביזן היינטיגען טאג עדיין הם במורדם, צו איז דאס ביי די ענין פון קנאות, למשל ביי די געאסערטען עירוב, די חפירות אין ארצה"ק און שפאניע, אלעס מיט א ליצנות און זלזול אהן קיין געפיל לה' ולתורתו הק', ממילא איז קיין שום וואונדער אז זיי העצן יעצט אויף די הערליכע בליענדע סקווירא שטעטל און זיי שטייען מיט די געציילטע פורצי גדר וועלעכע באגייען ליידער מיט מעשי רציחה אויף די אייגענעם האנד נגד העיר ונגד הנהגת העיר
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 18:51 |
|
| |
ווי ברך משה חסיד האט שוין געזאגט. די אהרונים מיט זייער רשעות האבן באשלאסן צו נוצן סקווירא אלץ סעמפל אז מ'דארף טערעראזירן מחוצפים, אזוי ווי אהרן טייטלבוים האט געטון אלע יארן. איי דער סקווירא רבי האט דאך שוין מוחה געווען און מ'זאגט שוין תהילים פאר דעם איד אין די מוסדות? פון דעם ווילן זיי אבער נישט הערן, זיי ווילן נאר הערן אז סקווירא האט -עפ"ל- בארעכטיגט א מעשה רציחה, און דאס ווייטער פרעדיגן פאר זייערע אינגווארג: קוקט נאר, אפילו סקווירא טוט אויך טערעראריסטישע אקציעס.
א בושה!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 19:00 |
|
| |
אינטערעסאנט צו זעהן ווי זיי שעלטן אין זייער פורום אויף די שרייבערס דא פארן זיך אננעמען פארן כבוד פון די הייליגע סקווירא קהלה און פארן זיי אטאקירען פארן וועלן צוברעכן די סמכות העליונה פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א עד כדי כך אז זיי האלטן נישט אויס אז מיר טוען זיך אננעמען פאר זייער כבוד,
איך וועל ענק נאר דערמאנען א סטעיטמענט וואס אין ענקער גאנצע פורום איז אנגעפירקעלט אין יעדע אשכול עטליכע מאל: עס איז דא שבעים לשונות אויף דער וועלט! און אצינד: פאר די אהרונים ניצט מען א אנדערע... און דאס האט דערווייל אייביג געהאלפען!
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 31/05/2011 19:05:42
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2011 20:46 |
|
| |
ביי די יעצטיגע סקווירא פרשה שטעלט זיך ווידער ארויס די שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, ווי מ'זעהט ווי שטארק דער דזשיגאן עם הארץ וכת דיליה קוקען ארויס מיט אזא שטארקע האפענונג אז די כח הנהגה פון סקווירא רבי שליט"א זאל חלילה אונטערברעכן דורכען געבן שטיצע און חיזוק במישרין ובעקיפין פאר די פורצי גדר וואס טועהן ליידער אפ הימעל שרייענדע מעשים אשר לא יעשו, און דערמיט זענען זיי מבזה דעם סקוירא'ע רבי שליט"א באופן נורא ואיום און פארשעמען די הייליגע קהלה וואס הרה"ק מסקווירא זי"ע האט אויפגעשטעלט מיט גרויס מסירות נפש, בושה תכסה פניכם!
תוקן על ידי דזשיגאן ב- 31/05/2011 21:07:19
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|