איך האב ערהאלטן דעם הערליכען בריוו אין אישי פון א סקווירא חסיד, איך לייג דאס ארויף אזוי ווי איך האב דאס באקומען אן קיין שינויים.
מיינע נאנטע און באקאנטע האבן מיר פארגעהאלטן: "דו ביסט דאך א שרייבער, לאמיר זען שרייב אן
ארטיקל בעניני דיומא..." לכתחלה האב איך עס איגנארירט. נישט ווייל כ'האב נישט געוואלט, נאר ווייל
כ'האב נישט געקענט, וואס איז דען שייך צו שרייבן?... אבער נאכן הערן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע
געבעט, האב איך מחליט געווען: עס איז אן עת לעשות, און טון מה שבידי, וה' הטוב יגמור בעדי. תפלה
לעני כי יעטוף: יהא רעוא שלא אכשל בלשוני ושלא יאמר פי דבר נגד רצונך, ויהי לרצון אמרי פי והגיון לבי
לפניך.
אקדמות מילין: דער ציל פון דער בריוו איז חס ושלום נישט צו פארגוטיגן און פארווישן אזא טרויערדיגע
פאסירונג. פארקערט יעדע אידיש הארץ איז אויפגעשוידערט און דערציטערט עד דכדוכה של נפש ממש, יהי
רצון שלא ישמע עוד כזאת בישראל מעתה ועד עולם. דער עיקר ציל איז, מחזק צו זיין מיינע חברים היקרים
וואס זוכן אביסל מים קרים על נפש עייפה.
ל"ג בעומר
זונטאג צופרי בין איך אויפגעשטאנען אביסל
בהשכמה, און אויפן וועג צום ביהמ"ד האב איך געזען
פאליציי אראפ פארן מיט א שנעלקייט. ס'איז געווען א
חידוש זונטאג צופרי זיבן אזייגער. איך בין אנגעקומען
אין בית המדרש האב איך שוין געזען א קופקע פון די
עשרה ראשונים. כ'האב גלייך געהערט בקיצור נמרץ
במה דברים אמורים און פארשטאנען אז דער שמועס איז
נישט פאר מיר, כ'האב געגעבן א טיפע קרעכץ און
אריינגעלאפן אין מקוה. גייענדיג צום בנין הכולל האב
איך געזען אז ס'טוט זיך אין גרויסן, די קופקעס זענען
געוואקסן ווי אויף הייוון.
א שעה שפעטער איז שוין אלעס געווען אויף רעדער.
די קאווע שטיבל איז געווען געפאקט, אלעס האט
גערעדט מזקן ועד נער, כ'האב גענומען מיין קאווע און
געגאנגען מחוץ למחנה, כ'האב פראבירט צו פארמיידן
פון הערן מיט דעם אלטן כלל: "אלס ווייניגער מ'הערט,
אלס בעסער איז בזה ובבא!".
ס'איז מיר געווען שווער אויפן הארץ דורכצושטיפן
אזא טאג, כ'האב געוואוסט אז דער מצב איז זייער נישט
גוט, און צו דער זייט בין איך געווען היבש נייגעריג צו
וויסן די פרטים.
ביינאכט בין איך אריין צו מיין שכנ'ס וואכנאכט, און
אודך די זעלבע מעשה... מען קופקעט אין גרויסן. כ'האב
געזוכט א ליידיגן טישל און זיך געזעצט ביים עק. ביקש
לישב בשלוה... א קרוב מיינער זעצט זיך קעגן איבער,
ער בייגט זיך צו און פרעגט שטילערהייט: "וואס זאל
איך זאגן פאר מיינע קינדער? מיין אינגל האט אלעס
געהערט פון זיינע חברים. וויאזוי געב איך אים צו
פארשטיין אזא שרעקליכע מעשה?
האב איך אים געזאגט: איך בין נישט קיין מר בר רב
אשי, איך בין אויך נישט וועלט'ס מחנך, אז דו פרעגסט -
מיר, וועל איך דיר זאגן דעתי הקלושה.
אבער לאמיך דיר געבן א שטיקל הקדמה:
איך אלס קינד בין אויפגעוואקסן מעבר לים, אין אן
עיר ואם בישראל. אין יענע תקופה איז געווען דארט גאר
הייסע צייטן, ס'איז יעדן טאג געווען נייעס ר"ל. די
פאליטיק און לשון הרע איז געווען ליידער די הויפט
טעמע ביי יעדע חדר אינגעל, יעדן צופרי זענען די גאסן -
געווען ווייס פון פאשקעווילן, דער קידוש ה' איז געווען
איום ונורא!
איך ווי א נייגעריגע אינגל האב אלעס - -
מיטגעהאלטן, כ'האב געהאט שכנים פון יענע קרייז, אונז
האבן יעדן טאג אנאלאזירט די פרישע נייעס און
געמאכט א דעבאטע צווישן זיך. מיר האבן נישט
געדארפט גיין צו ווייט. די "נייעס סטאנציע" איז געווען -
ביי אונזער פענסטער.
דאקעגן האט מיין טאטע שליט"א כמעט ביי יעדן
שבת טיש נאכאמאל געזאגט: ערליכע אידן רעדן נישט -
פון קיין פאליטיק. אמאל בשעת א יו"ט סעודה האבן זיך
אפילו אריינגעהערט קולות פונעם גאס, ס'איז געווען
"יום טוב אינדרויסן...". מיין טאטע האט קלאר געזאגט:
"ביי מיין טיש זאל מען נישט רעדן דערפון." ער האט
נישט געשריגן, אויך נישט געקלאפט אויפן טיש, ער
האט עס אבער געזאגט זייער שטארק און מיט אן אמת!
אז א קינד הערט עפעס גענוג מאל האט עס אן השפעה
אויף אים. און בעיקר וואס איז מיר אריין אין די ביינער
איז איינער פון די שכנים אויף אונזער שטאק, וואס איז
געווען פון יענע קרייז, ער פלעגט אבער קיינמאל נישט
מיטשמועסן אין די ענינים. ער האט געזאגט: "מיין
טאטע לאזט מיר נישט רעדן פון די זאכן". ער איז אפילו
געגאנגען אין דער חדר פון יענע חסידות, אבער ער האט
נישט גערעדט דערפון קיין אות אחת!
היינט ווען איך טראכט צוריק, דער טאטע איז נישט
געווען קיין ראש ישיבה, א פשוטע ארבעטס איד א -
גראסערי מאן, זעט אויס ער האט באקומען דעם חינוך -
און דאס ווייטער איבערגעגעבן. און אפילו זיינע קינדער
האבן זיך געקאכט אין דעם גרויסען טשאלענט טאפ,
האבן זיי אפילו נישט געגעבן קיין שמעק דערפון!
די גירסא דינקותא איז מיר אריין אין די ביינער "גם כי
יזקין לא יסיר ממני", איך בין אויפגעוואקסן מיט די
השגה, אז מ'טאר נישט רעדן קיין פאליטיק און נישט
נאר ביי יענעם, נאר ביי 'זיך' אויך נישט!
דורך מיינע בחור'ישע יארן איז געווען נייעס אין
עטליכע הויפן בכל קצוות תבל, געוויסע צייטן וואס די
גאנצע וועלט האט גערודערט, סתם עמך אידן האבן -
גענומען א זייט ביי אנדערע קרייזן על לא דבר. ס'איז
נישט אזוי גרינג צו זיין נאַאיוו, מען שפירט ווי דער גולם
וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך אויפן וועלט... אבער
למעשה איז דא דערביי א גוטע געפיל, מען היט זיך פון
א דאורייתא... )אגב, בארעדן א קרייז איז אסאך הארבער
ווי א יחיד, ואפשר שאין לו תקנה ר"ל(.
פיר איך אויס צו דער אינגערמאן: דעם זונטאג ל"ג
בעומר האב איך פראבירט אנצוהאלטן מיין פרינציפ.
כ'האב אפילו געפראוועט א שיינעם ל"ג בעומר מיט
מיינע קינדער, איך בין נישט געווען אזוי צובראכן ביי
זיך, ווייל כ'האב כמעט גארנישט געוואוסט.
קלאר מסביר זיין פאר קינדער א שוידערלכע מעשה
איז זייער שווער, במילא איך האב בוחר געווען "נישט
מסביר צו זיין", נאר אויסנוצן דעם געלעגנהייט זיי צו
לערנען "נישט צו רעדן מטוב ועד רע!". הגם ס'איז דא
אן "עת לדבר", מ'דארף זאגן פאר קינדער וואס איז
ריכטיג און וואס נישט, דאס קען מען אויף א פאזעטיווע
אופן ערקלערן איין צוויי און דאס איז עס! -
למעשה, ווען ס'קומט צו אזא מצב וואס יעדער
רודערט און אלעס קאכט, איז נישט שייך צו זאגן גיי
שווייג, פארשטאפ דיינע אויערן. מ'קען זיך נישט
איינשפארן אין א פארמאכטע שטוב פאר צוויי וואכן.
גערעכט, אין אזא פאל דארף מען פראבירן צו רעדן צו
די קינדער אז ס'איז טאקע זייער שווער צו פארשטיין,
און ווייזן אז מ'האט מיטגעפיל, געבן דער געלעגנהייט
פון ישיחנה לאחרים.
אויך איז זייער וויכטיג זיי צו לערנען א מוסר השכל,
ווי יעדער יחיד דארף גוט איבערטראכטן איידער ער טוט
אן אקט, אז ער טראגט אויף זיך דער נאמען פון זיין
גאנצע מקום, אזוי ווי יעדער איד טראגט אויף זיך די
אחריות פון כלל ישראל, און מ'דארף זיין זייער
פארזיכטיג וואס מען טוט!
(המשך אין קומענדיגען תגובה)