|
|
| נשלח ב-2/6/2011 01:20 |
|
| |
״זייער״ מיינונג?, און וואס איז ״דיין״ מיינונג?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 04:52 |
|
| |
| oאטמארער כתב: |  | עס איז ידוע, אז די אהרונים ווען זיי האבן אנגעפאנגען די מלחמה אנטקעגן רבינו שליט"א, די ערשטע שריט איז געווען אראפרייסן די דיינים, ווייל אזוי קען מען טאן וואס מען וויל, און אויב דער דיין וועט זאגן א ווארט וועט מען שרייען סטעמפ לעקער (עפרא לפומם)
ממילא אויב די חברה זעען א שיין ווארט אויפן ראב"ד שליט"א, מוז מען עס אויסמעקן כדי די גרויסע קינדער זאלן נישט אנפאנגען צו טראכטן |
|
גוט געזאגט!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 17:53 |
|
| |
דער אמת איז: ווער זענען מיר ראצערלעך היידפארק שרייבערלעך, בזוים ושפלים, מחוצפים, זיך צו פארמעסטן אדער האבן א מיינונג אויפ'ן גאון דער דיין וראב"ד, וואס פסק'נט שוין כריתות 40 יאר המהרהר אחר רבו כאילו מהרהר אחר השכינה, גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 02/06/2011 18:08:45
תוקן על ידי המהדרין ב- 02/06/2011 23:36:38
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 19:01 |
|
| |
גראדע האב איך זייער ליב דעם אשכול "א יום כפור'דיגע מעריב אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט." , איי ווי ביטער וואלט געווען ווען מען שרייבט די שיינע מעריב אין ירושלים, יא, זיינע תפלות אין ראדני קען זיין יום כיפור'דיג, און אפאר יאר צוריק ווען ער האט נישט באקומען דעם גאב''ד ירושלים טיטול, איז זיין מעריב געווען תשעה באב'דיג, אבער ווי לאנג עס איז אין ראדני, איז זייער גיט, איי ווי גערעכט איז סקאט, די גאנצע ערכאות עפאכע איז אויף זיין פיקעל, ער דרייט מיט די תורה כאוות נפשו, און ער איז עתיד ליתן את הדין.
| א יום כפור'דיגע מעריב אין סאטמארער ביהמ''ד אויף ראדני סט. |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2011 21:47 |
|
| |
סקאט, זיי זענען געווארן ברוגז שוין גלייך ווען ער האט זיך צוגעשטעלט צו מהריי״ס רבנות, נאך אסאך אסאך פאר די ביטערע ערכאות.
איך זעה אז דער מעריב ארטיקל האט גורם געווען צו ׳מתוך שבחו בא לידי גנותו׳.
איך האף נאר אז נישט דאס איז געווען אמשטרדאמעס ציהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2011 15:58 |
|
| |
ביטע ערקלערן די אורזאך פון צענזורירן מיין תגובה, אויב צוליב חסידישע בייעס, דיין בעט איך אייך א געפעליקייט, מחאני נא מספרך, נעמט ביטע צו פון מיר רשות כתיבה לצמיתית, ס'עט זיין נאה להם ונאה לעולם,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2011 04:10 |
|
| |
די ארונים דארטן האבן עס שוין ווייטער אראפגענומען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 14:34 |
|
| |
דו ביסט גוט משוגע פארן גיין נאכטשעקן אן אלטן אשכול אויב עס איז דארט...און דרך אגב. צוויי פון די גרעסטע שרייבער דארט (וואס איך ווייס. קען זיין אז עס איז דא מער) זענען פארברענטע זאליס. איי וועלט בכלל האט זיך געעפנט דורך אפאר יונגעלייט וואס האבן זיך פארעקלט פון די פאליטיק. און זיי ארבייטן ביטער שווער עס צוהאלטן נייטראל(דארט מעקט מען תגובות וואס קענען אויסגעטייטשט ווערן פאר פאליטיק. אפילו פאר א דזשאוק) און צו גיין פארשפרייטן סתם לגיונות(נישט אז איינער נעמט אן וואס עס שטייט אויף היידפארק). איז סתם רשעות אקעגן די יונגעלייט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2011 04:55 |
|
| |
אזא ארטיקל איז פאליטיק?
|
|
|
|
|