נעכטן נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג, מיט אייגענטומער פון קליידער פארבריקן בנוגע דעם ענין פון די בגדי צניעות אין וואס מרן רבינו שליט"א איז אצינד עוסק מחזק צו זיין בתוככי קהלתינו הקדושות, אינאיינעם מיט חברי וועד החינוך פון מוסדותינו הק'.
•♦•
אין די אווענט שעה'ן איז הגה"צ גאב"ד סערדאהעל שליט"א געקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א ווי עס איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.
אויך זענען אריין אל הקודש פנימה משפחת גאלדשטיין החשובה הי"ו בני יבדל"ח הרה"ח הישיש המנוח מוה"ר מאיר לייב ז"ל מיט זייער ספר תורה וואס זיי האבן געלאזט שרייבן לע"נ זייער אומפארגעסליכער פאטער ז"ל מזקני חשובי חברי קהלתינו הק', ווי דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אן אות אינע'ם ספר תורה.
דאן איז האדמו"ר מ'מבקשי אמונה שליט"א וועלכער איז אצינד צוגאסט אין אמעריקא געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס.
•♦•
ארום 9:45 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די זאלן פון ראוז קעסטל צום יערליכען דינער לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק, ווי דער ציבור אנשי שלומינו פון וויליאמסבורג האבן זיך ווארעם משתתף געווען.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו לאנגיעריגער מנהל האפיס פון אמעריקא וועלכער האט אראפגעגעבן פאר'ן ציבור א רעפאראט פון די פארגאנענע יאהר אין די מוסדות.
ביי דעם דינער האבן זיך באטייליגט גדולי הרבנים שליט"א ובתוכם האדמו"ר מ'מבקשי אמונה שליט"א פון ארה"ק.
דאן האט מוה"ר יעקב יוחנן קליין הי"ו חבר ועד ההנהלה מיט טרעפליכע ווערטער אויפגערופן דעם נואם הכבוד הרה"ח המפואר מוה"ר מאיר הירש הי"ו מהנהלת הקהלה והמוסדות אין קרית יואל.
ר' מאיר האט אויפגעטרעטן מיט א גאהר ווארימע רעדע ווי ער האט אראפגעגעבן פאר'ן ציבור ווי שטארק ווארעם מען ברויך צו זיין פאר אט די הייליגע מוסדות וועלכער איז נוגע ללבו הק' פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
דער נואם הכבוד האט ארויסגעברענגט אז יעדער מאנ"ש דארף צו שאפן – בנוסף צו די יערליכע נתינות – נאך עטליכע הונדערט דאללאר א יאהר כדי די הייליגע מוסדות בארה"ק זאלן קענען ווייטער אנגיין, ווייל אנע דעם איז נישט מעגליך מיט די בלויזע חודש'ליכע תמיכה וואס ווערט געשיקט פון דאהי אנצוהאלטן דעם דעפיציט פון די מוסדות אין בני ברק און אין ירושלים עיה"ק.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד און משמיע געווען דברות קודש אינעם ענין וואס עס פעהלט זיך אויס ארויסצוהעלפן די מוסדות אין ארץ ישראל.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בנוגע די שענדליכע חוצפה און התגרות באומות פון דעם ראש ממשלת הכופרים אקעגן די פרעזידענט פון אמעריקא וועלכער איז לעצטענס פאהרגעקומען, און די צרה אז דער ראש ממשלה שר"י פאררופט זיך ר"ל אין די נאמען פון כלל ישראל.
דער רבי שליט"א האט ערווענט און געפאדערט, אז אין ליכט פון די דאזגיע לעצטע געשעהנישע'ן, דארף מען זעהן מחזק צו זיין דעם הייליגן מוסד "נטרונא" וועלכע גיבן זיך אפ מיט'ן פארשפרייטן בחוצות הגוים אז ציונות פארטרעהט חלילה נישט כלל ישראל, און דער רבי שליט"א האט מסיים געווען, אז יעדער איד וואס שפירט אז ער מוז יוצא זעהן די מצוות מחאה, איז דער מוסד דער אדרעס, און דורכ'ן שטיצן דעם מוסד איז מען יוצא דעם חיוב מחאה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו לכל הקהל הנאספים.
נאכ'ן דינער האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה מיט די חברי הנהלת מוסדות יטב לב.
•♦•
אויפ'ן וועג אהיים אויף קרית יואל, האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א באזוך ביי גיסו האדמו"ר מ'סקווירא שליט"א בביתו נאוה אין שיכון סקווירא, ווי דער רבי שליט"א האט פארברענגט ביחידות מיט'ן סקווירא'ר רבי'ן שליט"א א לעגערע צייט.
•♦•
היינט איינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר וואלף בר"ה לאנדא הי"ו פון וויליאמסבורג. נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמעי' קרויס הי"ו פון קרית יואל.
•♦•
בוי ארבייט ביים נייעם פליגעל צום בנין ביהמ"ד הגדול אין ב"פ אין פולן שוואנג
אין די טעג, גייט בעזהשי"ת אהן די בוי ארבייט ביים נייעם פליגעל פון בנין בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, מיט פולן טעמפא.
אצינד ציהט מען שוין ארויף די אויבערשטע שטאקן בעזהשי"ת, בעת ווען אונטן הייבט מען שוין אהן די אינעווייניגעסטע ארבעט ביים היכל הכולל וואס וועט אי"ה האפענטליך זיין גרייט אויפן קומענדגן שנת הלימודים תשע"ב הבעל"ט.
עס איז צום דערקענען די מסי"נ ארבעט און הארעוואניע פון די חשובע ראשי קהלתינו הק' און די וועד קרן הבנין, וועלכע לייגען אריין עבודה ויגיעה רבה אין דעם פראיעקט.
-בונים היכל לה'-
•♦•
דינער השנתי ומעמד חינוך הטהור
לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק אין וומסב"ג
נעכטן - דינסטאג העעל"ט
ר' יעקב הערש צין הי"ו גבאי המוסד ביים טישל פון די פושקע'ס






הרה"ח מוה"ר בערל גראס הי"ו און הרה"ח מוה"ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו
ביים אויפטרייבן די נדבות ביים ציבור


בשעת די דברות קודש



♦♦♦
וויליאמסבורג



♦♦♦