איך וויל נישט נעמען קיין שטעלונג אין די גאנצע נושא דא, איך האלט גראדע זייער שטארק פון די סקווירא אידן, חשוב'ע אידן אויפן אמאליגן שטייגער; אבער אלס איינער וואס איז אביסל נאנט אין דעם ענין, און ווייסט מערערע קלארע פאקטן פון די טעראר און שרעקליכע קאנטראל אין סקווירא, וויל איך זיך ווענדן צו די אלע וואס האלטן אין איין שרייען: "אויב ביסטו נישט צופרידן, קענסטו אוועקמופן"...
הלואי ווען עס זאל זיין אזוי גרינג ווי מען מאכט עס, עס איז ליידער פיל שווערער ווי מען מיינט. מען ווערט אפגעסטעמפלט אלס א "שרעקליכער פאררעטער". חוץ פון די פערזענליכע שוועריגקייטן פון זיך אריבערציען צו א נייע פלאץ, נייע שכנים, נייע ידידים, בית המדרש, ביז אלעס ארום (דאקטאר, גראסערי, א.א.וו.), און אויך אויב מען האט אן אייגענעם הויז ווי די קאנטראלערס מאכן אן כל מיני שוועריגקייטן ווי שוין ערווענט עטליכע מאל, איז פאראן א פראבלעם מיט די "מוסדות". וואו שיקט מען די קינדערלעך? וועט איר זאגן עס זענען פארהאן גענוג מוסדות אין מאנסי, איז אבער דער פראבלעם אז פון סקווירא לייגט מען מורא'דיגע פרעשור אויף די מוסדות נישט אנצונעמען די "פאררעטערס"!! מערערע מענטשן וועלכע האבן זיך געצויגן קענען עדות זאגן אויף די שוועריגקייטן!
וואס ווילן זיי? ממש ווי א ביין אין האלז, נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען!! ווי אזוי מען טוט איז נישט גוט! עס איז שרעקליך, און די אלע זענען עתידים ליתן את הדין, זיי געבן נישט קיין וועג ארויס, עס איז א שאנדע.
נאכאמאל, ביודעי ובמכירי קאמינא, איך ווייס נעמען פון מענטשן מיט וועמען איך בין פערזענליך נאנט, וואס האבן געליטן פון די ראשי הקהלה, און פונעם רבי'ן אליינס, איך וויל נישט שרייבן קיין פרטים און נישט עובר זיין אויף תקנת הפורומ'ס, אבער אזויפיל וויל איך דא אויפטון, ענטפערט נישט דעם נארישן תירוץ אז די "מחוצפים" זענען זיך אליין שולדיג, וויי זיי קענען אוועקמופן אויב זיי ווילן. זיי קענען נישט!
ובזה יצאתי ידי חובתי בעז"ה.
 |
|
|