בית פורומים אידישע געדאנק

התרגשות'דיגע הכנסת ס"ת היינט דורך תלמיד מוסד שערי חמלה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2011 20:05 לינק ישיר 
התרגשות'דיגע הכנסת ס"ת היינט דורך תלמיד מוסד שערי חמלה

קטעים מתוך דרשות אב"ד קיט"ל דקר"י יום ב' ואתחנן תשנ"ד בהיכל הכולל

וואס איז שערי חמלה? שערי חמלה איז א שפיטאל! וואו עס געפונען זיך כהיום ליידער קרוב צו 200 קינדער 40 פון זיי זענען זענען קינדער וואס מען קען פון זיי גארנישט ערווארטען, זיי זענען פטור מכל מצוות התורה

די איבריגע 160 קינדער זענען אזעלעכע וואס וועלן דורך די ספעציעלע הילף שפעטער קענען מיטהאלטן מיט זייער חדר דעריבער געפונען זיך די קינדער עטליכע שעה פונעם טאג אין שערי חמלה און דעמאלט ווערן זיי געהיילט דורך די טעראפיסטן דערנאך שיקט מען זיי צוריק אין די געהעריגע תלמוד תורה צו לערנען אינאיינעם מיט אלע קינדער, ע"כ.

(פארשטענדליך אז די 40 קינדער מיינט ער דאון סינדראם קינדער, און די איבריגע 160 מיינט ער קינדער פון חדר וואס קומען אין סקול פאר ספיטש טעראפי וכדו')

דעריבער איז א גרויס שמחה ווען מ'זעט די קינדער וואס מ'קען פון זיי גארנישט ערווארטן, קינדער וואס גייען קיינמאל נישט קענען מקיים זיין די ערשטע מצות עשה פון די תורה הקדושה, זיי זענען פטור מכל מצוות התורה, אט די קינדער זענען מקיים בשלימות די לעצטע מצוות עשה וואס איז כולל די גאנצע תורה, איז א גרויסע שמחה אין די גאנצע שטאט!

אבער וזר אל יתערב בשמחתינו, ווען מ'האט געברויכט פאר 17 יאר צוריק ענטפערן די אוסרים וואס האבן געטהנעט אז די קינדער זענען מחויב בתורה ומצוות און מ'טאר נישט נעמען סעקיולערע (גלויבן-פרייע) פראגראמען אויף זייער פיקעל, דעמאלטס האט מען טרומפייטערט אז זיי זענען פאציענטן וואס זענען פטור מכל מצוות התורה וכו', אצינד ס'איז שוין אדורעך 17 יאר וויל איך דא דערמאנען אז לויט יענע דרשה האט זייער יעצטיגער מצוות כתיבת ס"ת אזא פנים ווי א פרוי וואס גייט אין שוהל מיט טלית ותפילין, לויט זיי איז דאס נישט קיין שום מצווה פאר גרשי ווערצבערגער מיט שלמהלע רייזמאן צו שרייבן א ס''ת, דאס איז א פלעינע עמאשענעל צערעמאניע פון צוויי קראנקע קינדער וואס שפילען הכנסת ס"ת געים.

און מיר זאגן "שישו ושמחו בשמחת התורה"




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2011 20:58 לינק ישיר 

איך בין נישט פונקטליך באקאנט איבער וואס דא האנדעלט זיך אבער דער ציל פונעם אשכול קוקט אויס צו זיין זייער פארקרומט
א]ווען אן אלמנה גיט אריין א ספר תורה לע"נ איר מאן ע"ה, איז דאס נישט קיין שמחת התורה?
ב] ווען מען גיט אריין א "כשרע ספר תורה",פארוואס איז דאס א געים?
ג]דאס אליין אז א קינד וואס איז נעבעך געבוירן געווארן פטור מן המצות, האט געפונען א פאסיגע היים, און איז אויפגעצויגן געווארן מיט א געפיל צו תורה ומצוות, און די עלטערן דערלעבן א ביסל נחת מיטהאלטנדיג דאס "איינציגסטע שמחה" ביי זייער רחמנותדיג קינד ווען ער פרייט זיך אויף א דבר מצוה, איז נישט גענוג צו זאגן שישו ושמחו בשמחת התורה?

[איך וויל נישט טשעפען מיט דיינע געפילן, ווייל לויט ווי איך פארשטיי געהערסטו צו קהלת מהרז"ל, איך וויל דיר פרעגן צו האלסטו נישט אז די דאזיגע הכנסת ספר תורה איז פיל מער באדייטענד ווי די בעפארשטייענדע הכנסת ספר תורה ביי ענק אין אין די קהלה דעם קומענדיגן שבועות?   ......קלער אריין איך ערווארט נישט קיין ענטפער....
מיט אנטשולדעגונג
מאטעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > התרגשות'דיגע הכנסת ס"ת היינט דורך תלמיד מוסד שערי חמלה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext