קטעים מתוך דרשות אב"ד קיט"ל דקר"י יום ב' ואתחנן תשנ"ד בהיכל הכולל
וואס איז שערי חמלה? שערי חמלה איז א שפיטאל! וואו עס געפונען זיך כהיום ליידער קרוב צו 200 קינדער 40 פון זיי זענען זענען קינדער וואס מען קען פון זיי גארנישט ערווארטען, זיי זענען פטור מכל מצוות התורה
די איבריגע 160 קינדער זענען אזעלעכע וואס וועלן דורך די ספעציעלע הילף שפעטער קענען מיטהאלטן מיט זייער חדר דעריבער געפונען זיך די קינדער עטליכע שעה פונעם טאג אין שערי חמלה און דעמאלט ווערן זיי געהיילט דורך די טעראפיסטן דערנאך שיקט מען זיי צוריק אין די געהעריגע תלמוד תורה צו לערנען אינאיינעם מיט אלע קינדער, ע"כ.
(פארשטענדליך אז די 40 קינדער מיינט ער דאון סינדראם קינדער, און די איבריגע 160 מיינט ער קינדער פון חדר וואס קומען אין סקול פאר ספיטש טעראפי וכדו')
דעריבער איז א גרויס שמחה ווען מ'זעט די קינדער וואס מ'קען פון זיי גארנישט ערווארטן, קינדער וואס גייען קיינמאל נישט קענען מקיים זיין די ערשטע מצות עשה פון די תורה הקדושה, זיי זענען פטור מכל מצוות התורה, אט די קינדער זענען מקיים בשלימות די לעצטע מצוות עשה וואס איז כולל די גאנצע תורה, איז א גרויסע שמחה אין די גאנצע שטאט!
אבער וזר אל יתערב בשמחתינו, ווען מ'האט געברויכט פאר 17 יאר צוריק ענטפערן די אוסרים וואס האבן געטהנעט אז די קינדער זענען מחויב בתורה ומצוות און מ'טאר נישט נעמען סעקיולערע (גלויבן-פרייע) פראגראמען אויף זייער פיקעל, דעמאלטס האט מען טרומפייטערט אז זיי זענען פאציענטן וואס זענען פטור מכל מצוות התורה וכו', אצינד ס'איז שוין אדורעך 17 יאר וויל איך דא דערמאנען אז לויט יענע דרשה האט זייער יעצטיגער מצוות כתיבת ס"ת אזא פנים ווי א פרוי וואס גייט אין שוהל מיט טלית ותפילין, לויט זיי איז דאס נישט קיין שום מצווה פאר גרשי ווערצבערגער מיט שלמהלע רייזמאן צו שרייבן א ס''ת, דאס איז א פלעינע עמאשענעל צערעמאניע פון צוויי קראנקע קינדער וואס שפילען הכנסת ס"ת געים.
און מיר זאגן "שישו ושמחו בשמחת התורה"