צענטראלער אשכול: אהרונישע קללות אויפן ספר תורה פון הייליגן דברי חיים
ווי באקאנט האט מרן רבינו שליט"א זוכה געווען עס דער הייליגער ספר תורה פון זקנו מרן הרה"ק הדברי חיים מצאנז ע"ה איז אנגעקומען לידו. ווי פארשטענדליך האט דער צד שכנגד גלייך אנגעהויבן מיט א שמוץ קאמפיין, נעמליך זייער מנהיג האט דאס נישט באקומען, נישט אז איר זאלט דאך איינרעדן אז ער האט דאס געדארפט, נאר פשוט זיי היטן אויפן כבוד פון דברי חיים. אלזא איז פאסיג צו עפענען א אשכול צוזאמקלייבן אלע קללות און געבעקסן וואס איז שוין ארויסגעקומען פון די אהרונים, און סוף דבר לאכן א גוט'ס.
איך הייב אן מיט די וואס כ'דענק, און איך בעט דער עולם זאל העלפן
* דער ספר תורה הייבט נישט אן צו זיין דעם דברי חיים'ס, די ירוחם ברודער האבן דאס איינגעטונקן אין קאווע, געל געמאכט, און פארקויפט פאר רבינו שליט"א.
* דער דברי חיים האט קיינמאל נישט געליינט אין קיין תורה בכלל, איז דאך דער גאנצער מציאות פון דעם ספר תורה הוילע געלבמאן געשיכטעס.
* משה שמואל זופניק האט געקויפט דעם ספר תורה פאר זיך, ר' זלמן לייב גייט דאס ניטאמאל באקומען.
* באבוב און דער דזשיגאן עם הארץ האבן "אפגעווארפן" דעם אנבאט צו קויפן דעם ספר תורה ווייל עס איז נישט דעם דברי חיים'ס.
* באבוב און דער דזשיגאן עם הארץ האבן "אפגעווארפן" דעם אנבאט צו קויפן דעם ספר תורה ווייל עס איז פסול.
* דער ספר תורה איז א ספרד'ישע ספר תורה געשריבן לויט זייער מסורה.
* דער דברי חיים אין זיינע תשובות שרייבט אז זיין אייגענע ספר תורה איז פסול.
* דער גאנצער ספר האט נישט קיים שום ווערד, ווייל א ירושה חפץ האט נאר די קדושה ווען עס ליגט ביי אזא קדוש ווי אהרן טייטלבוים. אבער איינמאל עס ליגט ביים יונגערן ברודער איז די קדושה אויס.
אינצווישן איז שוין ענטשטאנען עטליכע אנטוויקלונגען בנוגע דעם ספר תורה.
* ר' לייבוש לייזער וויל נישט עולה זיין אינעם ספר תורה, ווייל ס'איז פסול.
* ר' יצחק טובי ווייס איז עולה אין א פסול'ע ספר תורה.
* דער ספר תורה איז שוין דעם צאנזער רב'ס, נאר יעצט געהערט דאס שוין פשוט נישט מער פאר ר' זלמן לייב, ער האט עס נאר געבארגט.
און ס'נאך ווייט פון פארטיג זייערע תירוצים.
נשלח ב-10/6/2011 10:08
אשכול #3 מוצאי יום טוב ביי די אהרונים מיט קללות ארום דעם יו"ט אין וויליאמסבורג. דאס מאכט נאר ביי מיר שטערקער דעם שפיר אז עס איז געווען א יו"ט וואס וועט זיכער אריינגיין אין די היסטאריע.
נשלח ב-6/6/2011 22:45
אבער דער עיקר איז אז די זאליס זענען אייביג פארנומען מיט די אהרונים.... אבער די אהרונים קוקען אפילו נישט אויף זייער זייט, עס גייט זיי ניטעמאל אהן וואס זיי טוען....
נשלח ב-6/6/2011 21:31
מען זעט די חברה עסן זיך ממש אויף, איך ווייס נישט וואס עס באדערט אזוי שטארק
נשלח ב-6/6/2011 21:26
מאטעלע, נאך א מזל דו האסט עס ממש נעכטן געזען. מען זעט קלאר אז פון הימל וויל מען דוקא פאר די הכנסת ס"ת דאס לאזן וויסן.
נשלח ב-6/6/2011 21:01
ווער ברענגט דאס אראפ?
נשלח ב-6/6/2011 17:35
ממש נעכטן האב איך געזעהן, זיי ברענגן אראפ פון א ספר (ווארשיינליך נישט בנמצא נאר אין אוצר החכמה) עפעס אזוי, אז איינער וואס איז ערליך, און האט אסאך מעשים טובים, ברויך נישט אנקומען צו ירושה ספר תורה'ס, [נישט פונקטליך נאכגעשריבן].
נשלח ב-6/6/2011 05:50
משה שמואל ווייזט פאר יעדן אין קליימער אז ער האט נאר געצאלט א נישטיגע סכום פון הונדערט טויזענט דאלער.
א טאג שפעטער משה שמואל האט אויסגעווארפן א האלבע מיליאן דאללער נאר צו האלטן ביים לעבן די דעפרעסטע זאליס...