קאם אן, נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע נארישע תגובות.
עס קוקט אויס אז יעדעס מאל וואס דער בליץ ליידט עפעס א מעידזשאר פלאפ קומט ער ארויף דא אויפ'ן פארק און פאנגט אן צו העצן קעגן דעם שטערן.
ווען דער בליץ איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט אז ער זוכט גארנישט זיך צו פארמעסטן מיט אנדערע. ער מיינט נאר זיך. אבער זייט דעמאלט גייט כמעט נישט אריבער א חודש וואס דער עפנט נישט אן אשכול דא מיט די זעלבע אויסגעדראשענע טענות איינמאל און נאכאמאל.
יעדעס מאל וואס עס גייט אים עפעס שלעכט איז דער שטערן שולדיג. יעצט האט ער געהאט א פלאפ שוין צום צווייטן מאל ווען ער האט געשריבן דעם זעלבן ארטיקל וואס דער שטערן האט געשריבן און ער איז ארויסגעקומען א גרויסער לוזער וויבאלד אלע ליינערס האבן געקענט זען דעם חילוק און דאס האט אים זייער נישט געשמעקט, איז ער תיכף ארויסגעקומען מיט די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע אטאקע אז שמעון ראלניצקי איז אן אהרוני.
אינטערעסאנט איז נאר אז דאס אז דער שטערן האט באשריבן (דווקא יא) ר' משה דוד נידערמאן, אברהם יעקב פריעדמאן, דער פאלטישאנער רב אדער מאנסיער רב שליט"א און נאך אסאך אנדערע מענטשן וואס קענען נישט פארדעכטיגט ווערן אין זיין אהרונים, דאס האסטו עפעס אינגאנצן פארגעסן. דו זעסט נאר די אהרונישע ארטיקלען.
און וואס דו שרייבסט איבער נעט לואין, נעט האט א לאנגע היסטארי פון זיין אן אקטיוויסט פאר אידישע צוועקן, צי דו עגריסט דערמיט אדער נישט, און ס'איז גארנישט ראנג אז מען רעדט פון נעט לואין און מען דערמאנט אז ער האט געפייט פאר'ן סקול דיסטריקט. דער שטערן האט אויך געשריבן אז נעט לואין האט געפייט פאר דעם ליובאוויטשער רבי'ן ביי די פרשה פון די ליובאוויטשער לייברערי. דאס מאכט עפעס דעם שטערן א ליובאוויטשער אויסגאבע?
ווידעראום דער בריוו פון שלום מרדכי רובאשקין איז דירעקט נישט געשריבן געווארן צו איינעם פון די צוויי רביס ווייל שלום מרדכי האט נישט געוואלט שפילן פאליטיק און ער האט עס געשריבן צו ביידע רביס גלייך. דער שטערן האט אין ערגעץ נישט געשריבן אז דער בריוו איז געשיקט געווארן קיין מאנרא. דאס אז די אהרונים האבן באשלאסן עס אויסצונוצן פאר זייער פאליטיק איז נישט דעם שטערנ'ס שולד.
אויך איז עפעס זייער אינטערעסאנט אז דער שטערן איז געווארן אן אהרוני נאר נאכדעם וואס דער בליץ איז ארויסגעקומען. איז דאס עפעס א איד-בלאט מערכה אדער וואס? אויב טאר מען נישט קויפן דעם שטערן ווייל שמעון ראלניצקי דארף צו הייסן אן אהרוני דעמאלט אפשר זאלן די אהרונים אויפהערן צו קויפן דעם בליץ ווייל יואל בן הגר"י מאנדל איז א זאלי?
אז דו האסט א פלאפ דיעל אליינס דערמיט. אונז זעמיר נישט דיינע פערדלעך אז דו זאלסט אינסאלטן אונזער אינטעלידזשענס יעדעס מאל מיט די נארישע אהרוני אטאקעס