הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא: רבבות בצל הקודש שבועות אין וויליאמסבורג
רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר געפינען זיך יעצט אצינד אונטערן רישומא קדישא פונעם היסטארישען יו"ט שבועות שנת ה' תשע"א לפ"ג וואס מ'האט געהאט די זכי' מיטצולעבן אויף א זעלטענעם דערהויבן פארנעם במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע בצילא דמהימנותא קדישא פון ממלא מקומם וממשיך דרכם אבינו רועינו הוד כ"ק מרן אדמו"ר עטרת תפארת ראשינו שליט"א במקהלות רבבות חסידים פון די נאנט און פון די ווייט אין שפיץ פון הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני קהלתינו שליט"א פון איבער די וועלט וועלעכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש אין שטאט וויליאמסבורג,
אצינד א שעה נאכן זמן שטייען טויזנטער אידן זקנים עם נערים אין א בחינה פון קשה עלי פרידתכם צונויפגעפרעסט אין ביהמ"ד הגדול ביים שלחן הטהור נעילת החג ווי מ'קען זיך שווער שיידן נאך אזא דערהויבענעם יו"ט וואס איז געווען איין קייט פון התעלות ותענוג רוחני וואס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי די פילע טויזנטער חסידים,
א פונקליכע באריכט פונעם יום טוב און ספעציעל פונעם היסטארישען הכנסת ספר תורה פון מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע במקהלות רבבות אלפי ישראל ביום א' דשבועות העעל"ט וועט נאכפאלגען בעז"ה.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 10/06/2011 19:32:09
נשלח ב-31/10/2011 16:38
פישער.
נשלח ב-31/10/2011 05:42
ווער איז דאס פ.?
נשלח ב-31/10/2011 02:52
זעליג. דו ביסט פונקט ווי דער קלויזענבורגער וואס פלעגט אייביג רעדן אויפן רבין ז"ל ווען ער פלעגט רעדן פון צניעות און חטא הידוע. דו ביזט אזוי קראנק אויף אים. ווי דער פ. האט געזאגט: דער אהרן מאכט מיר ממש קראנק. זאל ער שוין פגרן.... רעדט ער פון צניעות? איז ער א חזיר. רעדט ער פון תורה. איז ער א בעל גאוה. אז ער וועט רעדן פון דיינע יענקיס וועסטו צופרידן זיין???
אזוי ארים איז זייער רבי ער שטעלט זיי נאר צו איינמאל א חודש צו האבן פון וואס צו רעדן (= זיינע פאני דרשות, אזוי ווי למשל ביי די באגלייטן "פון קאפ ביז פיס דרשה.... וד"ל)
נשלח ב-6/9/2011 05:59
ווייסט איינער אויב די ספר גייט גענוצט ווערן בימי ימים נוראים אדער שמחת תורה?
נשלח ב-7/7/2011 06:06
דירעקט לינק צו דער פייל פונעם קונטרס "בספר חיים" וואס איז פארטיילט געווארן פארגאנגענעם יו"ט שבועות בחצר הקודש סאטמאר, צו די היסטארישע חגיגת הכנסת הספר תורה של הרה"ק רבינו מצאנז זי"ע, ע"י נכדו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א